הויפט זייט » איש את רעהו יעזורו » איש את רעהו יעזורו » וועלכע באנק איז גוט פאר א ביזנעס אקאונט

וועלכע באנק איז גוט פאר א ביזנעס אקאונט

10 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

10 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 48 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1332
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
חמישי אוג' 30, 2007 11:17 pm#1
וועלכע באנק איז גוט פאר א ביזנעס אקאונט
לחיים ! הער דיך איין HSBC איז געווען די בעסט ווילאנג "מארלין" איז דארט געווען (אויב די האסט איר געקענט) למעשה איז זי
געפלויגן צוליב היימישע גנבים...אין זייט דעמאלטס גייט עס כאדראם. מענדשערס טעלערס טוישן זיך דארט יעדן צווייטן טאג. די רינדיכיגע קלאפטא ביים קארנער האלט ביי גארנישט.
ממילא קענסטו דארט גארנישט ערווארטן. אין פון דארט ברויכסטו גיין.

ווי צי גיין. וואלט איך דיך געראטן סיגנטשר איך בין שוין דארט כמעט א יאר אין איך בין שטארק צופרידן

טאגליכט. וואס זענען די מעלות פין די צוויי בענק. ביידעוועי האב איך נישט געוויסט אז פאר פערסאנעל דארף מען א באנק אקאנט
אין ס'דארף נאך זיין געשמאק...
שישי אוג' 31, 2007 12:08 pm#2
וועלכע באנק איז גוט פאר א ביזנעס אקאונט
כ'דענק נישט די נעמען פון די שיקסעס, אבער כ'דענק אז זיי זענען געווען פיל בעסער ווי יעצט. ס'איז דורך א צייט אפשניט פון צוויי יאר וואס כ'האב זיי נישט גענוצט, סאו האבעך נישט מיטגעהאלטן אלע טשעינדזשעס.
כ'מיין אז כ'וועל טאקע גיין צו סיגנעטשור, אבער כ'וועל אפן האלטן די HSBC אקאונט פאר די פארשידענע פעלער וואס כ'דארף צוקומען צו זיי.

אגב, איבער די רינדעכיגס ביים קארנער..... דו האלטס נישט אז ווען זי איז געווען דארטן פון הונטן, נעבן די ריזיגע סעיף, איז זי נישט געווען בעסער? מ'האט איר פארשיקט צום קארנער, אודאי איז זי אנגעזעצט... הא?
שישי אוג' 31, 2007 3:49 pm#3
וועלכע באנק איז גוט פאר א ביזנעס אקאונט
פאטאקי08 כתב:מענין לענין באותו ענין
וועלכע באנק איז די בעסטע צו פטר'ן ?COINS


לפי ידיעתי, איז קאמערץ בענק זייער גוט דערפאר. (אין אפסטעיט זיכער.)
ראשון ספט' 02, 2007 11:35 am#4
וועלכע באנק איז גוט פאר א ביזנעס אקאונט
איך_הער כתב:
פאטאקי08 כתב:מענין לענין באותו ענין
וועלכע באנק איז די בעסטע צו פטר'ן ?COINS


לפי ידיעתי, איז קאמערץ בענק זייער גוט דערפאר. (אין אפסטעיט זיכער.)


גרויסען דאנק כהער
ווי האבן זיי א ברענטש אין אונזער געגענט?
ראשון ספט' 02, 2007 2:50 pm#5
וועלכע באנק איז גוט פאר א ביזנעס אקאונט
לחיים !

איך האב הנאה פין דיין באשלוס. יעצט דארף איך נאר דיין אקאנט נאמבער. איך מיין איך דארף דאך מיין קאמישען...
מאך זיכער צי עפענען דיין אקאנט ביי עשיא AYSHEA צי איר קען מען רעדן א היימישע שפראך.
ראשון ספט' 02, 2007 6:08 pm#6
וועלכע באנק איז גוט פאר א ביזנעס אקאונט
הע, ביזט שוין גארנישט אזא עמך איד, הא?
א גרויסן שכח פאר די אינפארמאציע. איבער די קאמישאן עסטו מוזן רעדן צו עשיא (וועא"מ), פריי זיך אז כ'בין גרייט צו צאלן 15 טאלער א חודש פאר א באנק אקאונט....

אגב, וויזוי איז מיט טשעקס? סינאך אלץ אזוי ווי שוועמל רעגט זיך? אדער ביליגער?
ראשון ספט' 02, 2007 9:10 pm#7
וועלכע באנק איז גוט פאר א ביזנעס אקאונט
פאטאקי08 כתב:
איך_הער כתב:
פאטאקי08 כתב:מענין לענין באותו ענין
וועלכע באנק איז די בעסטע צו פטר'ן ?COINS


לפי ידיעתי, איז קאמערץ בענק זייער גוט דערפאר. (אין אפסטעיט זיכער.)


גרויסען דאנק כהער
ווי האבן זיי א ברענטש אין אונזער געגענט?


דאכט זיך מיר, אז אויף העוועמייער, איי עם נאט שאר.
שני ספט' 03, 2007 11:26 am#8
וועלכע באנק איז גוט פאר א ביזנעס אקאונט
העוועמייער

ווי איז דאס? אין ווילי?
כא געמיינט די וואוינסט אין ק"י
שני ספט' 03, 2007 3:46 pm#9
וועלכע באנק איז גוט פאר א ביזנעס אקאונט
האבעך געדארפט וויסן אז דו ביסט אין ווילי?

דאס נאנסטע דא, איז אדער אנפאנג סעווענטין, אדער עקזיט 14 B פונעם טראוועי, ווען מ'מאכט א רעכסט ביים עקזיט, און נאך א רעכטס אויפן 59, ממש אנפאנג, ס'הייסט אז דאס נענסטע איז בערך פינף און צוואנציג מינוט.