די זונטאג אשכול
מאשקע;
איך קען זיך שטאלצירן(?) אז איך האב יעדן תגובה אין קרעטשמע - דערווייל - געזען. נישט יעדע זאך ווערט בעיון דורכגעטאן על כל גדותיו, טיילמאל מוז מען צופרידן זיין מיט א בקופיא'דיגן בליק, אבער דאס גילט נישט ביי מאשקע'ס א תגובה.
איי? פארוואס האב איך נישט צוגעלייגט עפעס? אן אגודל, אדער א גוט ווארט?
חטאתי עויתי ופשעתי, פילייכט מחמת חוסר הזמן, אבער זיכער נישט מחמת ווייל עס קומט זיך דיר נישט.
לאזונג פונעם טאג? ס'צו לאנג דערפאר...