הויפט זייט » ברוכים הבאים » די סמעטענע » יגר סהדותא: ערב פסח'דיגע ארטיקל; מיינע געפילן (ביידע חלקים)

יגר סהדותא: ערב פסח'דיגע ארטיקל; מיינע געפילן (ביידע חלקים)

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1600
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
רביעי מרץ 14, 2007 9:58 am#1
יגר סהדותא: ערב פסח'דיגע ארטיקל; מיינע געפילן (ביידע חלקים)
ערב פסח'דיגע ארטיקל; מיינע געפילן

נישט קיין מענטש, נישט קיין אוממענטש, היום קצר והמלאכה מרובה, מ'איז ביזי איבערן קאפ, עס שטייט אינטער די פיס דער חודש אשר ישועות בו מקיפות, ישועות? מקיפות זיכער, מ'בארגט זיך אן, אלע טירט-פארטי-טשעקס זענען שוין פאר'משכון'ט ווי דו ווילסט נאר נישט הערן און געדענקן, דער טשעק ביכל האט זיך זיינע מעשיות פאר זיך, בשעת איך שרייב דא, שרייבט איינער אינדערהיים נאך א טשעקל און נאך איינס, זי איז דאך יא גערעכט ווען זי האט מיר פאריגע וואך געבעטן אז מ'דארף שוין באשטעלן נאך טשעקס, אויף מיין פראגע ס'איז דאך נאך דא נאך א פעקל פון הונדערט טשעקס, בלי אומר ובלי דברים, אזוי מיר נישט דיר נישט, שטייט מען שוין אויף אזא פאזיציע אז זי איז שוין צום וויפילטן מאל אלע מאל גערעכט, גערעכט איז זי געבוירן און גערעכט וועט זי ש... שרייבן ווייטער.. – זיך גאץ גוט ארויסגעדרייט הא? אבער אנע דאלער ביי די נשמה..

עניוועי, נישט לעבעדיג נישט טויט, דרייעט מען זיך ארום מיט א דינעם קארטל, וואס לאזט זיך אינטערלייגן אינטער סיי וועלכן מאשין, אן א פיפס, ווי נעמט מען אזא עניוות.

ס'לאזט זיך אין די טעג אפאר מאל נישט גלייבן, וואס? איך? אני הקטן זאל ארויסגעבן א סכום פון צוויי דריי אלפים אזוי אין א האלבע שעה ווי קיינמאל גארנישט? אבער, דאס איז דאס לעבן, א אידישן לעבן, א לעבן פון חיות צו א מצוה, חיות פארן רבונו של עולם.

דער הייליגער מוסר ספר, קב הישר אין זיין הקדמה שרייבט, אז ער קומט נישט אויפטון און שרייבן קיין חדשות ער וועט אראפשרייבן זאכן וואס יעדער ווייסט אבער צוליב דעם רגילות שפירט מען עס נישט, ס'ווערט פארגעסן.

גם אני הקטן אלך בעקבותיו, איך וועל דערמאנען קלייניגקייטן וואס ס'גיסט זיך פון אונז און נאר ענק געבן א דערמאן, אז אט אט דא דארף מען דריקן Capture, דא כאפ דעם בילד, און געב זיך א קוק אום, וואס פאר א הייליגע פעולות עס ווערן דא אפגעטון אינטער אונזער נאז, וועלן מיר שוין אלע זעהן מיר זענען נישט אזעלכע קאלטע אינגן וואס דער מלאך המשחית וואס וויל אויף אונז אנלייגן, כאילו אז אין די צייטן פון די תלמידי בעל שם וואלטן מען אויף אונז געשפיגן, ניין! אמת מ'וואלט אונז קיין קניפ אין בעקעלע נישט געגעבן, אבער צוטרעטן אויף אש און פארעך דאס אויך נישט! ווייל מיר ווילן און מיר טוען און מיר שטרעבן צו זיין דאס הייליגע פאלק וואס דער רבוש"ע האט פאר אונז אזויפיל נסים ונפלאות פאר אונז געטוהן בהוציאנו ממצרים.

דאס צומישעניש פון "מתנות לאביונים" VS "קמחא דפסחא" דאס גייט מיר נאכנישט אריין אין קאפ, לדעתי זענען ביידע איין גרויסע וויכטיגע און מאכטספילע צדקה קאסע, וואס ווען נישט אונזער בלוטיגע היסטוריע מיט המן'ען וואלטן אונזערע תנאים ואמוראים געשריבן אז מיר זענען יוצא י"ד באדר אויב מ'איז מקיים די ערשטע משנה אין ערבי פסחים "לא יפחתו לו מד' כוסות". כאטש וואס אין מאנכע קהלות איז "קמחא דפסחא" אן עקסטערע טשארטש אויסער די יערליכע מעמבער-שיפ, נו, גאט זאל בלעסן (בענטשן אין אנדערע שפראכן) דעם קאפשטיק וואס האט דאס אויסגעפינען צוזאמען מיט די עקסטערע צוויי דאלער פאר די חברה קדישא.

ווי מ'געט זיך א ריר, מען געט זיך א קוק אום ווי מיר נעמען זיך שיטן אונזערע אויסגעהארעוועטע אנגעזאמעלטע געלטער פון אינטער די מאטראצן, און מיט אזא מדה גדושה, ווען איר זאל שטיין אין די זייט און עס צוקוקן וויאזוי אייער חבר טוט עס וואלט איר אים שוין לאנג געפאלן פאר די פיס פאר אן הלוואה פון א צוואנציג אלפים פאר זיבן הונגער יארן וואס איר גייט דורך, אבער ווער? וואס ווען? ווער איז דער יעניגער וואס קויפט א 16 פונט מצות פאר 21$ א פונט פלוס דריי פונט ספעלט מיט ½ פונט מצה מעל? ווער איז דער וואס קויפט איין ביים שמש צוויי קעסעס וויינען, מיט א דיפאזיט אויף די מאסט? איך גלייב עס נישט, דער יעניגער וואס האט נישט צו זיין נשמה קיין שפייעכץ אויף א סטעפט, און דא, מעשה איש חסיד היה, ער שפילט עושר.

אזוי זעהן מיר אויס אין שפיגל, צו באצאלן א טיקעט פון הונדערט דאלער וועלן מיר אראפפארן און פארברענגן 4-5 שעה אינעם פאר'סרח'טן צימער, כולי האי ואולי וועלן מיר אראפהאנדלן מיטן פרייז, און דא שיט זיך אין די הויכע אלפים ווי אין פעטער קרח'ס צייטן.

עס כאפט א קיצל און א שוידער, א בחינה פון ויחד יתרו, זעענדיג זיך אין אזא הויכן סטאנדאר וואס מיר האבן אפשר קיינמאל נישט גע'חלומ'ט אז איך – יקיש בן פייוועל – זאל זיך אין דעם געפינען, און דא האסטו ער זיצט אין דיינע הויזן!

די אלע דיטאלן וואס מיר האבן פריער אויסגערעכנט, דאס קען מען אפשר אנרירן "בינוני". און וואס וועסטו זאגן אויב מיר גייען מיט איין שמיטשיק אריבער? א קלייניגקייט, און לאמיר עס דא אויסרעדן את אשר עם לבבי.

א שטריימעל! הא, אט פון דעם האסטו געטראכט? דעמאלטס דזשינקס, אבער איך פאר ווייטער. דער שטריימעל וואס מ'טוט אן יעדן שבת איז שוין טאקע אזוי שלעכט? ווער ווייסט? דאס ווייב זאגט אז אמאמ, נו פאר ווייניגער ווי פיפצן הונדערט איז "כדאי" צו האבן נאך איינס, ס'איז דא חברים גראדע וואס האבן קיינמאל נאך קיין שטריימעל נישט געזען, ווייל מה נפשך, ביים קריאת התורה שטארצט זיך ארויס זייער שיינער רינדכיגער פריש אפגעגאלטן קאפ, מיט די רויטע באקן קווצותיו סדורות לו תלתלים, פרייטאג צונאכט'ס אין שבת נאכמיטאג ליגט עס אויפן באנק בשעת דאס קאפל זייערער באלעקט זיך מיט די שאלעכטץ פון די פארפיטאס, אינדער'אמת'ן, וואס א חילוק וואס די ארומיגע זאגן, דארף נישט זיין דאס לעצטע דער "שרה שמע בקולה"? נו, איז נאר די פראגע דארף מען טאקע קויפן נאך א שטריימעל 4-5 יאר נאך די חתונה? מוז מען טאקע אלעס קויפן ווייל אין די אדווערטייזמענט'ס שטייט ארויסגעשריבן שווארץ אויף ווייס אז דאס איז פון די פיר קשיות ביים סדר?

ווען ס'קומט צום חרוסת מאכן, באקוקן און מאלן דעם מרור, און אנגרייטן די "רחצה האנטיכל" אויפן סדר טיש איז שוין באמת צו שפעט זיך א כאפ צו טון ווי האלט איך דא אויף דער וועלט, דעמאלטס "מוז" שוין יעדער איד האבן א שיינעם אלף'ל אין גרינע פאפירן, דא א "הגדה" וואס מען האט פארגעסן צו קויפן, דא קומט די ערב פסח מצות אויפצופיקן, וויי געוואלד די "מה נשתנה ליכט" שיעור פארגעסן רחמנא יצילנו, און אויף דעם מנהג עוקר הלכה די הויכע געדרייעטע ראלי קאלסטער וואס מ'גייט אהין חול המועד פארברענגן יענטץ גייסטו באצאלן מיט דיין קיופאן פון די מוסדות? דיין ווייב וועט זיך דאך פילן אזוי יאָנטשיוש, אז "יעדער" האט קעש, מוזטו אויך האבן. אבער טאטע געוואלד, פון ווי?

כ'מיין, אז כמעט אלע "נארמאלע" זאכן האט מען מער ווייניגער אויסגערעכנט פריערט, אבער לאמיר זיך א קוק טון, דארף מען טאקע נישט קויפן א נייע קריפ לזכר וואס מען האט צוגעבינדן דאס ציגעלע צום בעט? הא? כ'מיין אין מצרים האט "יעדער" זיך דעמאלטס געקויפט א נייע בעט לחביבות המצוה, איי טראכט א מינוט, אפשר זאל מען אויך אנשפריצן דעם משקוף ושתי המזוזות מיט'ן בלוט פונעם שעפסעלע, און איר זאלט עס נישט אויפווישן, ס'זאל אזוי בלייבן אין רינען און שווימען "בליל הסדר"? הא? דאס לאזטו שוין פאר אונזערע זיידעס אין מצרים!, איז אויב אזוי, השתא דאתית להכי, אפשר איז מיין שטריימעל אויך גענוג גוט! אונזערע זיידעס דעמאלטס וואלטן זיך מחיה געווען מיט אזא שיינעם מלבוש! הא? דאס שוין נישט, מאי אולמא האי דהאי?

פארסאפעט און צוטראגן, פארשוויצט און דורכגעווייקט נאס, לויפט מען טובל'ן די כלים, איבערציען די דיינונג-רום בענקליך מיט א פרישן פלעסטיק, כאפן דעם יערליכן קבוצה די יערליכע כתה פון מצה-באקן, רייבן די דאך העכערן טשילאר ווייל די בני בית קומט נישט אן ביז אהין, אנטשולדיגט פארן אויסמישן די יוצרות, אלעס איז הייליג, און אלעס קאסט אפ כוחות, צדיקים האבן געזאגט וכן-געלט, תן-געלט, פחדך-געלט, און מיר קענען זאגן, כל-כוחות, חמירא-כוחות, וחמיעא-כוחות, דאיכא-כוחות, ברשותי-איך פלאץ.

חלילה, אבער ס'איז שווער, און ווי ס'רוקט זיך די זייגער פאראויס, די טעג לויפן, היינט האט מען אויפן תחנון געוויסן א ריזיגן ביי-ביי, צום ווידערזעהן ד' אייר (ב' אייר איז א פרייטאג), מיינט דאס אז מיר האלטן שוין נענטער ווי ווייטער צום הייליגן יום טוב אן א טראפן כוח ווייטער אזוי אנצוגיין.

הייליגער בורא, באשעפער אין הימל, עס ליגט אונז אין די ביינער די אלע סיפורים וואס די צדיקים פון אמאל האבן משפיע געווען א שפע אויף גאנץ כלל ישראל, אז ס'האט זיך געגאסן די והותר מיט גאלדענע רענדלעך, הייליגער באשעפער, ווארף צו אונז שוין אויך אריין דעם ריזיגן מאנקי אנגעפילט מיט אוצרות זהב וכסף, ונזכה לאכול בירושלים עיה"ק מן הזבחים ומן הפסחים מיט פרייליכע אויפגעלאכטענע הערצער, במהרה בימינו.

http://heimishekretchme.com/viewtopic.php?p=31962


ערב פסח ארטיקל: מיינע געפילן #2

חומרות אויף חומרות, זהירות אויף אלעמען, מ'מישט זיך נישט, מ'איז אפגעהיטן, מי כעמך ישראל.

עס ווערט געברענגט פון צדיקים וואס האבן נישט דערמאנט דאס ווארט "חמץ" אדער דאס ווארט "לחם" גאנץ פסח – חוץ ווי פארשטענדליך אין די הגדה ביים פיסקא פון: מצה זו שאנו אוכלים על שום מה? אשר הוציאו ממצרים עוגות מצות כי לא "חמץ", און "לחם" ביי די ברכה פון המוציא "לחם" – עס ווערט אויך געברענגט (אין ס' פרדס אליעזר סוף ח"א) אז איינע פון די באבוב'ער רבי'ס האבן נישט אנגערופן זייער'ס א תלמיד ר' משה בייגעל, ביים לעצטן נאמען גאנץ פסח! נו, דאס איז ריכטיג טייטש א כלל ישראל! ווען דער רבונו של עולם געט ווען די תורה חלילה פאר די גוים, וואלטן זיי זיך אזוי שיין אהערגעשטעלט? כשר'ן גליען קראצן רייבן שארן בלאזן? הא? וועלכע פון די ע' אומות וואלט איינגעפאלן צו ניצן פארן זעלבן ווינקל פון שטוב דעם וועקים-קלינער סיי אויף אריינצוציען און סיי אויף ארויסצובלאזן? מ'לויפט מ'פליט, מ'פעסט רויט לייטס, מ'דאווענט צוויי שמו"ע ביי מערבית משלים זיין דעם מנחה, זאגט מיר איין גוי וואס וואלט אזוינס געטון..

און צומישטערהייט אזוי אן א קאפ, לויפט דער חסידישער אינגערמאן אריין פאר צוואנציג מינוט צו קויפן א פיצא מיט א האלבע פלאפעל פארן אשת חיל, בשעת ער אליין עסט פאר נאכטמאל די לעצטע ביסל קוקיס וואס איז נאך פארבליבן פונעם משלוח מנות, אזויפיל קענען מיר עדות זאגן אויף זיך, אויב מיר בלייבן נאך נארמאל ווען דער יום טוב פסח שפאצירט אריין, דארף מען דאס צולייגן צו דעם "דיינו" ליסטע פון על אחת כמה וכמה טובה כפולה ומכופלת.

וואס ס'ברענגט מיר דא צו שרייבן אין אזעלכע מינוטין איז אזוי, באקאנט איז דער טייטש פונעם הייליגן בארדיטשוב'ער אויף "אלו מלאכים העולים מן תשר"ת" אז ס'איז מרמז אויף אונזערע אומשטענדן, וואלט ער ווען היינט דא געווען, אוי, וואלט ער ווען היינט צוגעזען וויאזוי ס'גייט צו אן הכנה צום פסח, אוי וואלט ער געשפרינגן פאר שמחה, נישט פארגעסן און זיינע צייטן איז נאך קיין לאנגע ריאות שורות מיט קארס נישט געשטאנען צו מאכן א "קאר וואש".. בימיו האט אזא זאך ווי ס'זאלן שטיין מענער און קינדער, מיידלעך מיט די קערידזשעס אויפצופיקן די "ביליגע צרכי יום טוב" נישט עקזיסטירט, ס'ליגט זיכער נישט אין די איין שורה'דיגע ווערטער פון די משנה "ולא יפחתו לו מד' כוסות" אזעלכע גרויסע קוואנטוטים פון קעסעס וואס מ'געהט דא, מי כעמך ישראל בדרך פרד"ס!!

מי אנכי צו באטראכטן די גאסן, דאס לאז איך איבער פאר די אידן וואס האבן זיך איינגעהאנדלט און אריינגעבויעט לעבן זייער טיר א ווידאוי מאשין וואס כאפט אפ אלעס וואס טוט זיך אויף די גאסן, אבער אזויפיל החרש לא אוכל, באטראכטענדיג, באטראכטענדיג? בליקענדיג אזוי צווישן איין שארטסטאפ אין צווייטן, זעה איך ווי מאנכע לאזן אראפרופן לענד-סקעפינג'ס איבערצומאכן די גראז פאר'ן יו"ט פסח, וואסערע שייכות ס'פארמאגט גראז מיט מַצות דאס וועלן מיר שוין איבערלאזן פאר די דרשנים חול המועד, אבער מיר וואונדערט ביז גאר אז מענטשן פארברענגן זייער צייט, צו פארברענען דאס געלט און אזעלכע אנגעצויגענע מאמענטן וואס דער "הכיס ריק ואין בו" האט נאך נישט געהאט אין איר היסטוריע אזא פשוטן פשט ווי אין דיזע טעג.

מיר – די סהדותא פאמיליע - האבן גע'כשר'ט היינט – מיטוואך - פארטאגס, איך דארף מיך נישט אנטשולדיגן פאר קיינעם פארוואס פארטאגס, אבער נאר אין קורצן איר זאלט נישט בלייבן נייגעריג, מיר האבן געענדיגט אפווישן די קאנטער מיט אלע דישעס הערשט 9:00 מאנטיג פארנאכט'ס, און די קליינע מוזן דאך מיטהאלטן דאס כשר'ן כך מקובלני מבית אבותי, האבן מיר דינסטאג נאכט נישט גע'כשר'ט ווייל ס'איז שוין שפעט, האבן מיר גע'כשר'ט היינט 7:30, מ'האט פאר'ן גיין אין ביהמ"ד אנגעשטעלט די צוויי טעפ וואסער צום קאכן, מיטן נייעם שטיין וואס "נר מצוה" האט ארויסגעגעבן, אהה זאלן זיי זיין געבענטשט, דער אייבערשטער זאל העלפן אז ווי בריערדיג הייס די שטיין איז געווען נאכן רויט ווערן, אזא מאס Watt לעכטיגקייט זאל אראפקומען אויף זייער ביזנעס, אך ורק נאר אזוי, מ'מאכט עטוואס גרינגער פאר אלע אידן מיטן זיצן און טראכטן וויאזוי, נישט ווי די נערישע גולמים וואס האבן מיט זייערע גולם קעפ ערפינדן צו מאכן 10 ברעקלעך, ווען זיי פרעגן מיר הייס איך זיי מאכן 10 ברעקליך מצות וואס זאל פסח'דיג מאכן דאס גאנצע הויז און פיר מינוט! דאס הייסט אויפגעטון! חמץ'דיג מאכן קען מיין 6 חדשים'דיגער אויכעט.

און שטייענדיג היינט, נאכן זאגן ביים יום דעם קליינעם לכו נרננה, געט זיך נאכמאל א צושריי מתוך שבח והודאה צום הייליגן באשעפער וואס ער האט אונז א שבת געגעבן יעדן זיבעטען טאג, נאוי מעטער איף וואט, און מיט רעכט קען דער שבת הייסן "שבת הגדול" ביג טיים! יוי וואלטן אונזערע מוחות געווארן אש און פארעך, ווען מיר האבן ווען נישט דעם "יום מנוחה וקדושה" צו אונזער רעכטן האנד.

יודעלע, יודעלע, עס וועט נאך לעכטיג זיין, נישט פאר'דאגה'ט אידן, ס'קומט דערהויבענע טעג, נאר נישט צובראכן נאר נישט צוקלאפט, דאס ווייב שרייט, דער פסח'דיגער אויווען צינד זיך נישט אן, ס'איז אנגעקומען אינעם ארדער אסאך זאכן וואס זענען נישט "כשר לפסח", די לעדי פינגערס זענען אנגעקומען צומאלענט ווי מעהל, הכל כאשר לכל, וואס ס'פאסירט וויאזוי ס'פאסירט, ציט אייך ארויף א שמייכל פון אויער צו אויער, און זינגט צוזאמען: ככה יצאו ישראל ממצרים.. וויאזוי מיינט איר האט אויסגעזעהן פאר מ'איז ארויס פון פרעה'נען? שטעלט אייך פאר, א מינוט'קעלע זיך מתבונן זיין א הערה וואס ס'שטייט אין די ספרים.

שטעלט אייך פאר א איד, אין יענע יארן פון מצרים, א זון פון חצרון אדער חמול, אן אייניקל פון פרץ בן יהודה משבטי י-ה, ער ארבעט ביטער שווער אין מצרים, מ'פייניגט מ'שלאגט, מ'האקט מ'יאגט, און ער ווייסט מאבותיו אז הקב"ה האט געזאגט פאר אברהם דער זיידע אז ס'וועט זיין א גלות פון ד' מאות שנה, וואס מיינט איר האט ער געקענט טראכטן, וואס? פיר הונדערט יאר? איך וועל עס נישט איבערלעבן, נעווער, איך וועל שוין שטארבן דא כאחד הנבלות, ס'איז דאך ווערטער פונעם בורא עולם ומי יכול לומר לו מה תעשה ומה תפעל.

למעשה, ווייסן מיר אלע מ'איז ארויס ביי צוויי הונדערט און צען יאר, פארוואס? נעמט דעם קונטרס פון הרב מייזליש פון סיגוט און איר וועט טרעפן 125 תירוצים, אבער ארויס איז מען אסאך אסאך פריער.

מיר שטייען היינט אין א וועלט ס'שאקלעט זיך מלוכות, רבותינו עזבו אותנו לאנחות, מ'זעהט נישט קיין לעכטיגקייט מ'זעהט נישט קיין אור, נאך היינט וועלן מיר אויסגעלייזט ווערן! אידן, נעליכם ברגליכם, אט אט הערן מיר דעם שופר של משיח! האלט אייך אן ערליך, דאס 35 מינוטיגע שחרית, דאס כאפעדיגע מנחה, געט א טראכט א מינוט, מיר זענען "אשר בחר בנו מכל העמים", עס וועט נתגלה ווערן קבל עם ומלואו כבודו יתברך שמו, א קרבן פסח אין ירושלים וועלן מיר עסן! גרייט אייך גרייט אייך. חז"ל זאגן אונז (ר"ה דף י') בניסן נגאלו ובניסן עתידין להגאל, באנפין נהירין בב"א.

http://www.heimishekretchme.com/viewtopic.php?t=1690