וויקעפעדיע טאגבוך

40 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1732
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
שלישי אפר' 17, 2007 11:04 pm#1
וויקעפעדיע טאגבוך
אלבערט יישר כח מעומקא דליבא, הערליך שיין און צום פוינט. ווי אלבערט אליינס...

געוואלד שלום עליכם! מיר האבן שוין דא יעצט א כחא דציבורא פון אמאליגע און היינטיגע וועקי באנוצער. צוזאמען עלמיר זיך פראבירן אריינצובאקומען אין די טיפע צמצום און שימל זעקלעך אין יודל'ן'ס מח.
חמישי אפר' 19, 2007 4:04 pm#3
וויקעפעדיע טאגבוך
יישר כח פאר אלע געוועזענע (ריקאווערינג) וועקי-פעדיע באנוצער, מיר באלעקן זיך מיט אייערע שיינע ארטיקלן דאהי. כה לחי.
ראשון אפר' 22, 2007 12:26 pm#6
וויקעפעדיע טאגבוך
ער האט היפש ארויפגעברענגט די פאפעלערקייט פון אינזער פארום מיט די נייעס, איך האב שוין נאכגעהערט פון עטליכע מענטשן איבער די הודעה וואס ער האט דארט ארויפגעלייגט.
ראשון אפר' 22, 2007 2:53 pm#7
וויקעפעדיע טאגבוך
יא עס האט געלוינט, נאך אלעם נאר א נעגעטיווע נייעס ברענגט היינט צוטאג צו ווערען פאפולער, ווצב"ש דער קוקו און ווירדשיניע האט געהארגעט 33 מענטשען און ס'וועלט איז אויף מיט אים, און ווידער איך האב נישט געהארגעט 33 מענטשען און וואס ? נע קיינער רעדט נישט פון מיר, פארשטייסט וועגען דעם האט עס געהאלפען צו ווערען פאפולער, ודו"ק,
ראשון אפר' 22, 2007 5:55 pm#8
וויקעפעדיע טאגבוך
אבי, האסט ממש מדמה געווען עפעל צו עפעל, כ'מיין, חשבנה דדין כחשבנה דדין,

פארפאלן, אז ס'גוט אז ס'גוט.
שני אפר' 23, 2007 12:02 pm#10
וויקעפעדיע טאגבוך
חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח אבי, ס'אויספלאץ ס'געקאסט.

דער וויקי איז חרוב נעבעך.
שני אפר' 23, 2007 1:06 pm#11
וויקעפעדיע טאגבוך
bt"w דער וויקיו איז היינט ארויס פון ס'כלים ממש, ער שרייבט וואס מטאר נישט,
שני אפר' 23, 2007 1:20 pm#12
וויקעפעדיע טאגבוך
איך ווייס נישט וויאזוי ער שעמט זיך נישט צו שרייבן אין די אידישע שפרייך אזעלעכע ווערטער.
שני אפר' 23, 2007 1:25 pm#13
וויקעפעדיע טאגבוך
און וועם גייט עס אן. נעמט אייך נישט צום הארצען אז ער איז ארויס פון די כלים.
און א אנדערען פורם שרייבט א אידל אן "אפיעל" צו אלע אידען - איר הערט צו אלע אידען פון די גאנצע וועלט- אז מען זאל אויפהערען זיך צו באניצען מיט וויקפידיע.
א חידוש, דער זעלבער אידעל שרייבט אויף הייד פארק מיט די עקעלהאפסטע שוימיגע לשונות של גנאי אקייגען מנהיגים וואס איז נישט לויט זיין שוואול טאג אבער וויקפידיע איז אים גאר נישט גיט.

א דאנק פאר אלע וואס באטיילען זיך אין די דעבאטע דא, שרייבט נאך.
שני אפר' 23, 2007 2:16 pm#15
וויקעפעדיע טאגבוך
איז טאקע באמת נישטא קיין וועג וויאזוי איהם שטיל צו מאכן? לויט ווי איך זעה דא צווישן די שורות קענען מאנכע זיין נאמען אין אידענטיטעט. איז נישטא קיין אופן מקיים צו זיין דעם ובערת הרע מקרביך..? איהם ארויסצושיקן מחוץ למחנה, עד ישוב מדרכו הרעה?
שני אפר' 23, 2007 3:20 pm#16
וויקעפעדיע טאגבוך
אבימעלעבט, איך האב נישט קיין מושג.
ישראל הלוי, מן הסתמא איז דא א וועג, אין אז יא. ווילסטו עס טוען? ליבערשט בלאַק אפ דעם סייט פון דיין בראוזער און קוק נישט דערויף וועסטו האבען ווייניגער עגמ"נ.
איך עפען נישט קיין סייט וואס איך האב נישט ליעב און א דאגה ווייניגער.
שני אפר' 23, 2007 6:01 pm#18
וויקעפעדיע טאגבוך
שלום עליכם אלבערט. יהא בואיך לרומם קרן היושבי קרנות בקרני הקרעטשמע.
שכויח פאר דיין באלערנדער ארטיקל בנוגע וויקיפעדיע בכלל און איבער די יידישע וויקיפעדיע בפרט.

מיינע צוויי צענט איבער דעם גאנצן יידישן וויקיפעדיע סומעטוכע, ווי פאלגענד:

עס האט נישט קיין שום פארצוג! עס וועט קיינמאל נישט מצליח זיין! פארוואס?
ווייל כהיום הזה די מערסטענס יידיש רעדנדע, ד.ה. דער חרדשער ציבור, וועלכע דארפן כלומר'שט זיין פאראינטערסירט אינעם אויפבוי פון אזא סארט תוכנ'דיגער ענצעליקפעדיע, זענען שוואכע קענער און שוואכע שרייבער. אפי' דער קליינער צאל פראצענט וועלכע זענען יא תוכנ'דיגע קענער און שרייבער, זענען אבער זייערע ידיעות באגרעניצט, און בעיקר קאנצענטרירט אויף פיר-פינעף נושאים. זעלטן צו טרעפן א היימיש יידיש רעדנדער וואס זאל האבן ידיעות אין די אלע נושאים וועלכע עס פארלאנגט זיך אין אזא ברייטן פראיעקט.

הויפזיכטליך איז דער פראבלעם שטארק קענטיג ביי איר איצטיגן אויסשטעל. די פירער און פאראינטערסירטע פון דעם פראיעקט זענען נישט מער ווי אן אפשפיגלונג פונעם ברייטן יידיש רעדנדער ציבור. כלומר, מענטשן מיט ווייניג ידיעות וועלכע גערן נעבעך אויפצובויען א מאדערן-ארטאדאקסישע ענצעקליפעדיע. דער פראבלעם זייערער איז אבער, ווי דערמאנט, דאס זיי פארמאגן אין זיך זערא! גאַרניקס! כלום! נישט קיין תוכן און נישט קיין ידיעות, דעריבער קענען זיי גארנישט פארקויפן פארן ציבור. זיי פארמאגן נישטאמאל די מינימאלע ידיעות וואס טייל חברי הקרעטשמע זענען היבש באהאווענט דערין...

דער פראבלעם זייערע גייט נאך אבער טיפער ווי דאס אויבנדערמאנטע, ווייל און צוגאב צו זייער חרדישן אפשטאם, און צוגאב צו זייערע טריקענע ידיעות, האבן זיי אבער גענומען פאר זיך א ציהל זיך צו ערקלערן אלץ אויפגעקלערטע, געלערנטע, עלעמענטן וועלכע וועלן ארויסגיין פונעם חרדישן צומצם... נו, זאגט איר אליין, וואספארא פנים קענען שוין טראגן מענטשן וואס זענען אומבאהאווענט און אויסגעטריקנט ועל כולם ווילן זיי זיך ערקלערן אלס דענקערס, קענערס און געלערנטע?...

עס איז כלל נישט קיין ווינדער פארוואס דער זייטל טראגט אזא קינדעריש, נאיווער און שמוציג, פנים. די סיבה דערפאר איז פשוט, ווייל זיי שטויסן זיך אן אין א גרויסן פראבלעם, דהיינו, פארקויפן פאר די באזוכער ידיעות? נו, דאס פארמאגן זיי דאך נישט! טא וואס יא? וואס זאל מען יא פארקויפן פאר די באזוכער? דאס וואס מען קען יא! נו, וואס קענען זיי יא? מיט וואס פילט א ליידיגער מענטש אן זיין לב? מיט די סחורה וואס איר באגעגנט זיך!... (אין... מצוי אלא בלב פנוי...).

ווילאנג פוסטע און ליידיגע קינדער וועלן באהערשן דעם זייטל וועט דאס קיינמאל נישט מצליח זיין!
שני אפר' 23, 2007 9:17 pm#19
וויקעפעדיע טאגבוך
איך האב געזעהן און אן אנדערן וועבזייט א גאנצען אשכול דערוועגען, כ'מיין מיר "דא" גייען זיי לאזען "דארט" ווייטער אנפירען ס'מערכות, אאאאון שוין,
שלישי אפר' 24, 2007 9:27 am#20
וויקעפעדיע טאגבוך
זארעך גוט געזאגט, אבי; נישט קיין שלעכטער פלאן.

וואס יא, א ריזיגן קאמפלימענט קומט זיך פאר אונזער "אלבערט" וואס האט דאס צונומען גאר שיין. אלבעט, מיר ווארטן ווייטער צו הערן פון דיר.

דיין ארטיקל דא, האט אויפגעריסן ווי א באמבע ביי אלע אידישע ליינער'ס.
שלישי אפר' 24, 2007 12:57 pm#21
וויקעפעדיע טאגבוך
זארעכ.. גוט געזאגט, און איידל..... כ'בין ממש ארויס פון די דישעס זענדיג ווי שיין דו שניידסט מיטן מעסער אין די טיפסטע ריפן אריין, און אלעס רואיג...

אבי דיין פלאן איז גוט א_ווי יגרל האט געזאגט. אווון שוין...

יגר'ל האט ארויסגעבראכט א געוואלדיגע נקודה. זינט די ארטיקל דא פון אלבערט, האט זיך ס'אידישע וועלט איבעגעקערט. אלזא אלבערט כסאכדעס ועוד, בעט איך דיר שיין, שרייב'זשע ווייטער.
שלישי אפר' 24, 2007 1:30 pm#22
וויקעפעדיע טאגבוך
מגלגלין זכות ע"י זכאי, א דאנק פארן אויפמערקזאם מאכן די עולם הרחב פון די נגע צרעת, איך האב אלס געוויסט פון די אידישע וויקיפידיע, סאט מיר נישט עולה על הדעת געווען אז היימישע וויליאמסבורגע טיפ אידן זאלן רח"ל זיין באשטייערער.

אגב, אייער סייט איז איז א שיינע אידישליכער פראיעקט, איך בין דא א FIRST TIME CALLER, LONG TIME LISTENER, חוזקו!
שלישי אפר' 24, 2007 1:35 pm#23
וויקעפעדיע טאגבוך
וועלקאם מקוה איד, קומט אריין, and while we are on the subjact מיר זוכען שוין לאנג א מקוה איד. איך ווייס נישט צו וועם מען דארף זיך ווענדען דא, אז דו וועסט זיין דא א אפטער גאסט וועסטו זיכער נושא חן זיין ביי די באהערדע. unless you can't handle 2 Mikvas at the same time
שלישי אפר' 24, 2007 7:07 pm#24
וויקעפעדיע טאגבוך
אינטערסאנט אז יעדער רייסט דא אזוי אראפ די אידישע וויקי, אין how about דער נערישער קרעטשמע וואס באשטייט בעיקר פון א פאר שוטים וואס רימען זיך אויס איינער דעם צווייטען, ווען איך קום דא אריין זע איך נאר נערישע תגובת, ווייניג תוכן, איינער שרייבט עפעס, און יעדער רימעט אים אויס.
שלישי אפר' 24, 2007 8:43 pm#25
וויקעפעדיע טאגבוך
יא יא, כא כא כא כא כא כא, כ'קען נישט אויפהערן צו לאכען, דו גולם איינער, האסט אוודאי געמיינט יעצט אז דו וועסט שרייבן דא א תגובה נישט קיין חילוק וואס, און עולם גולם וועט אריינהויבן קאמפלימענטס, ניין און ניין נאכאמאל ניין, ביסט דער זעלבער גולם ווי אמאל, גארנישט געטוישט, וויקיפידיע איז גוט, ווייל עס האט ניבול כתב, און די קרעטשמע איז נעריש!!!, פארוואס נאר? אה יא ווייל מ'רומט אויס איינער דעם צווייטן מהעלפט ארויסברענגען איינער דעם צווייטן א שמייכל, אין מ'גוט אכט אויף יענעמס כבוד ווי אויף'ן אייגענעם, איי ווי נעריש די קרעטשמע איז, אפאר שוטים, משוגע מטארע ווען איינער שרייבט עפעס מוז מען אים אויסרימען א באנדע שוטים, רומט ענק אליינס אזוי ווי וויקיפידיע, יעדען טאג קיזעלט ער זיך און בויך, איין טאג איז עס אידיש וויקיפידיע, איין טאג איז עס ענגליש, איין טאג וועגען וואלען און וויקיפידיע, און איינמאל וועגען ארויסווארפען, אבער יעדען טאג אויפן בויך מיט א סדר סוסי מעי סוסי, (סוסי איך בין א פערד, מעי איך געב מיסט, סוסי איך בין נאך אלץ א פערד,) יא אזא פנים טראגט די אויסגעהאלטענע און ריינע און קלוגע אינהאלסרייכע ווערדלאזע וויקיפידיע,
שלישי אפר' 24, 2007 9:35 pm#26
וויקעפעדיע טאגבוך
ביטע נישט אטאקירן פערזעהנליך.
דער קרעטשמער.


צוריק צום נושא, אמת דער וויקי דארף תיקון, אבער נאך ווי א תיקון, אבער דעס איז נישט דער וועג, אדרבה קומט אויף מיט א Solution.
שלישי אפר' 24, 2007 10:36 pm#28
וויקעפעדיע טאגבוך
ווען איך בין געווארען א חתן נישט מער געדאכט, האט מיר מיין שווער זאל לעבען געגעבען א ציגאר און מכבד געווען א ברכה צומאכען. כ'האב אים אין פיסק אריין געטון כזקן ורגיל, מיין ברודער האט עס אנגעצינדען און איך נעם זיך ציהען א ציגרעט צום ערשטען מאהל. אריין און ארויס, איך אטעם הויעך, ביז דער היסען און שליקערצען האט זיך אנגעהויבען, דער שלעכטער טעם איז מיר אריין אין די קושקע. זייט דעמאלס קוק איך נישט אויף ציגראטען און זיי קוקען נישט אויף מיר ושלום על ישראל.
איך מוסר קיינעם נישט איבער די שעדליכקייט פון רויכערען, דער רויעך אין מיין געגענווארט אַרט מיך אויך גאנץ ווייניג, עס מיינט פשוט נישט מיך.

איז מיין שאלה צו אלע טייערע אידען דא, וואס איז וויקפידיע אנדערש? איך בין איינמאל דארט געווען, געזעהן דעם טינופות און קיינמאל נישט צוריק געגאנגען.
וואס מאכט מען יעצט אזא טומעל? גייט נישט, קוקט נישט, מוסר'ט נישט, איר וועט סייווי נישט מתקן זיין די וועלט.
אדרבה גיבט מיר צו פארשטיין.
שלישי אפר' 24, 2007 11:33 pm#30
וויקעפעדיע טאגבוך
כשם שמצוה לומר דבר הנשמע וגו', מען קען נישט אפהאלטען יעמעם פון רויכערען ביי זיך אין שטוב און מען קען נישט אפהאלטען א מטורף פון שרייבען אויף וויקפידיע וואס ער וויל.
שלישי אפר' 24, 2007 11:38 pm#31
וויקעפעדיע טאגבוך
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס איר זענט אזוי גערעגט אויף די וויקי!

איך שרייב אביסל ליצנות פון דעם קרעטשמע, מעק מען עס אפ, אהא, איר קענט נישט פארנעמען אן אנדערער מיינוג, איך וועל מיך זיכן אן אנדערער פלאץ צו שרייבן.
שלישי אפר' 24, 2007 11:39 pm#32
וויקעפעדיע טאגבוך
איך מוז זאגן אז איך האלט אויך ווי נאטורליך, ווי בענעדיקט16 (איך אליין) האט אמאל געשריבן אין חדשות אנ"ש בעת די הייסע אנגעצויגענע צייטן: די בעסטע מחאה איז איגנאראציע (א באקאנטע וועלטס ווערטל, איך האב עס דאן ארויסגעברענגט מיט א באמבאסטישע אשכול [אין מיינע אויגן] "מיר איגנארירן" וואס האט געהאט א שטארקע אפקלאנג [אין מיינע אויערן]).
רביעי אפר' 25, 2007 9:09 am#38
וויקעפעדיע טאגבוך
שוועמל כתב:איךהער;
דו ווייסט די אנדערע ניקס פון יוסעלע-גולם?


נישט עכט, אבער געווענדליך .... בלייבט ....
רביעי אפר' 25, 2007 9:34 am#39
וויקעפעדיע טאגבוך
איך וויל זיך אנטשולדיגן פארן אפשטעלן דעם סעריע באשרייבונגען איבער דעם סכנה פון דעם אידישן וויקעפעדיע, איך האב זייער אסאך געטון דערין די לעצטע פאר טאג. איך האב באקומען א היפשע פאר ווענדיגן פון אלע זייטן, און כולם פה אחד ענו ואמרו אז דער מנובל איז נאר אזוי לאנג שטארק ווילאנג ער איז דער איינציגסטער אויפן מארקעט, איינמאל עס זענען דא אנדערע אויך, און איבערהויפט מער אינטערסאנטערע וועט זיך דער עולם אויטאמאטיש אהינציען. ווער עס האט מיטגעהאלטן אביסל די היסטאריע פון דעם ניק, אנגעהויבן ביי זיין בלאג, נאכדעם ווייטער ביי זיין פארום אויף הייד פארק וויקי נייעס, דערנאך זיין פארום עצור כאן חושבים ווייסט אז ער איז געלאפן פון איין ענין צום צווייטן דעזעהנדיג זיך אן ליינער, ביז דער וויקעפעדיע האט אים געברענגט די פולע עטענציע.

נאך א זאך באדארף מען קלאר מאכן, אויפן וועקי איז די גרינגסטע זאך צו טוישן ניקס, ער קען שרייבן מיט פינף אדער מער ניקס א טאג, זיין פולטיים ארבעט אויפן וועקי געבט אים די פולסטן געדולד צו שפילן כאפצעם מיט יעדער וואס רעד אפילו אריין א ווארט דארט. ער איז א מומחה אין זיך שפילן מיט יענעמס נערווען. די ליסטע פון היינטיגע אקטיווע שרייבער אויפן וועקי, זענען ווי פאלגענד:

-יודל, אבישי, שור שנגח, אלס ווייסער, און נאך צענדליגער און הונדערטער ניקס.
- שמאלץ, א מנהל וואס הרגט זיך אגאנצן טאג מיט יודל, א חסידישער, אבער ער איז דארט בלויז "צו האלטן די געזעצן פון וועקי אין די ראמען", און בנוגע מנובלות נעמט ער זיך אן פאר די שיטה פון יודל.
- רוני, א פרייער געוועזענער פרומער וואס וואוינט אין תל אביב, ער פראבירט אויך צו זיין סעקולער, אבער איז שוין מער בויגזאם צו הערן וואס אנדערע זאגן. ער איז אמאל געווען מנהל און יודל האט אים ארויסגעשליידערט דורך די הויכע פענסטער.
- געוואלד, א היימישע געשמאקע שרייבער, וואס גרוילט זיך פון די מנובלות, אבער ער גלייכט דער סיסטעם פון וויקיפעדיע.

די אלע דריי הרגנן זיך מיט יודל'ן טאג און נאכט, און און נישט איינמאל האט מיר דאס מיטהאלטן געברענגט צו א היליכיגן LOL מיט אלע מפרשים.

דאס וואס מען טענה'ט אז עס איז דא גענוג שמוץ וכו', איז דאך אזוי אומגערעכט... גענוג איז דא פון אלעם, די אידישע מהלך איז אז מען דארף ווי ווייטער שטיין פון שמוץ, אויב מען קען עפעס טוהן 'מוז' מען טון. דער פאקט איז אז דער וויקעפעדיע קומט די ערשטע ארויף אין גוגל ביי סורטשעס, און דער שמוציגער מנובלישע וויקעפעדיע וועט אין איין טאג זיין דער האום פעידזש פון יעדעם וואס וויל נישט, אבער קען זיך נישט איינהאלטן צו ליינען די שטותים והבלים אשר עין לא ראתה.

רעזאלוציע

דער נייער וויקעפעדיע מיטן נאמען "אידישע וועלט"

http://yiddishworld.com/wiki

עס האלט נאך ממש אין די ערשטע שטאפלן, און וויבאלד עס איז פאר אומזינסט פארמאגט עס אדווערטייזמענטס וכדומה.

עס איז געמאכט געווארן סטריקלי פאר אינטערסאנטע נארמאלע באשרייבונגען! קיין איין קורצע און נארישע באשרייבונג וועט נישט דורכגעלאזט ווערן, און אפגערעדט פון מנובלות און זאכן שלא עפ"י תורה.

עס איז יעצט אין יעדעמס הענט דאס אויפצובויען, עס פארמאגט נאכנישט קיין מנהלים, צוליב דעם וואס טעכניש קען מען נישט אראפנעמען די רעכטן פון א מנהל נאכן עס ארויפלייגן אויף אים -דערווייל, און עס איז דעריבער זייער איינגעשטעלט צו געבן א כח ההנהלה נאר ווייל מען קלערט אז מען וועט אויפבויען וויקעפעדיע. די מנהלים וועלן אויסגעקליבן ווערן ברוב דעות.

אויך איז וויכטיג צו באטאנען, אז די גאנצע סטרוקטור איז בעצם געמאכט געווארן על דעת פון דער אידישע וועקי, כאטש היפש זאכן זענען געטוישט געווארן צו נארמאל אידיש. דעריבער זענען די הצעות אפען עס טוישן אויפן היימישן חסידישן אידיש.

דער ניק yiddishworld איז דערווייל מיינס, טעכניש בין איך דער איינציגסטער מיטן כח אויף די אינערליכע חלקים פונעם סייט, אבער חוץ דעם פארמאג איך נישט קיין שום אנדערע כח מער ווי פון סיי וועמען, און איך "גיי" דאס אי"ה אוועקגעבן איינמאל די זאך ראָנט.

ווער עס דארף א פראפעסיאנעל און אויסגעהאלטן וויקעפעדיע זאל זיך דארט טרעפן דאס פלאץ.
רביעי אפר' 25, 2007 11:18 am#40
וויקעפעדיע טאגבוך
אלבערט, ביסט ריזיג, נישטא די ווערטער, באמת, נישט נאר גערעדט, נאר געטוען צו דער זאך,

איין קליינע הערה'לע, די נייעס אין די זייט איז זייער שמאל, און ס'איז שווער צו ליינען, אויב מ'קען עס פאררעכטען, שכויעך,