הויפט זייט » די היימישע קרעטשמע » שפראך » מאדעך/מה-דאך - קל-וחומר

מאדעך/מה-דאך - קל-וחומר

20 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

20 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 58 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2116
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
חמישי ספט' 06, 2007 1:46 pm#2
מאדעך/מה-דאך - קל-וחומר
בני היכלא כתב:מילער, מ'סאריט.


נאכ'ן מ'סאריען, יעצט וואס? כ'האב געווארט אויף דיר יענע וואך אין מקוה ממשיך צו זיין דעם שיעור אין "קל-וחומר" ווי ביסטו געווען? זריעל האט געשריגען, נטע האט געקלאפט אבער ואני על משמרתי אעמודה, ס'הייסט איך ווארט דאך אויף בעני, אבער, אין עול ואין קונה (קרעדיט, עעם כ'געדענק שוין נישט), זיי אזוי גוט און גיב מיר א געהעריגען דאטום ווען מיר גייען ממשיך זיין.

לענינינו, דער "א-פָארטי-אריי - A-Forti-ori" וואס איז דער לאטיינישער/ענגליש טערמין פאר א קל-וחומר, פארשטייט זיך איז זייער נישט קיין פאפולערער ווארט נאר צווישן די לאגיקערס און פיליזאפען וואס שטודירן לאגישע איבערווייזונגען, ביי אונז אידן להבדיל ווייסט יעדער שמוטה-פנה וואס א קל-וחומר טוט באדייטן, דאס איז דאך דער והבדילנו מן התועים ורוממתני מכל הלשונות, יעדער חדר-אינגל האט מער ידיעות ווי סיי וועלכער ערוואקסענער גוי, דאס איז אויסער די איידלקייט אין ערליכקייט.
חמישי ספט' 06, 2007 3:59 pm#3
מאדעך/מה-דאך - קל-וחומר
איז נאך בכלל שייך אין די וועלט וואס מוסיף צו זיין? אמער, דיינע ווערטער זענען דאך זיס צום גומען אווי גאלדענע רענדלעך [זיסע תשרי מייערען].

איך זוך וואס צוצולייגן אבער אן ערפאלג....
ס'ווינדערט מיר נאר וויאזוי דו קומסט אייביג אן מיט די פארשטופטע זאכענעס, ביסט א געניאלע!! דענקער...[גברא]
חמישי ספט' 06, 2007 4:11 pm#4
מאדעך/מה-דאך - קל-וחומר
אה, דא ביסטו זאג דעם 'איי' פון הארקאווי האסטו געזעהן, כ'פלעג האלטן איז אייער-נעכטן איז עפעס א אויפגע'באבע'רטע זאך, זעהסט מ'טאר נישט שפרינגען צו קיין קאנקלוזיעס, מ'קען קיינמאל וויסן.

איז פארהאן אויף נאך אן אופן ווי מ'נוצט דעם 'איי' אויף 'בעפאר' אונעם היינטיגען מאדערנעם באנוץ?

אקעי בעני אין שפראך טענה'סאט ביסטו נישט אויז געניאל (ג'ברא), אבער וואס טוט זיך מיט'ן קל-וחומר/מה-מצינו פארגלייכונג, איז א ק"ו א שטערקערע ראי' ווי א מצינו אין פאקט (חוץ להלכה)?
חמישי ספט' 06, 2007 4:35 pm#5
מאדעך/מה-דאך - קל-וחומר
וואס הייסט שטארקער? ביידענס שטארקייט קומט נאר פון דעם, ווייל די תורה האט געזאגט אז מ'קען דרש'נען פסוקים מיט די דרשות, ביידע איז א דאורייתא, אויף ביידע קענסטו שאפן חידושי הלכות, און ס'וועט זיין א דאורייתא, חילוקים להלכה איז דא אסאך, זאגסטוך אליינס אז דו רעדסט נישט דערפון.

די שאלה איז אבער, וואס א מה מצינו מיינט באמת, ס'איז א מחלוקת הראשונים, צי א מה מצינו איז א בנין אב אדער א נייע אופן של דרש, דאכט זיך די ריטב"א טענה'ט אז א בנין אב ארבעט נאר ווען מ'בויעט עפעס אויף פון א מה הצד דאס טייטשט פון צוויי פלעצער, דאס טייטשט א בנין, אזוי ווי מ'לייגט ציגעל איינס אויף צוויי אזוי בויעט מען. משא"כ א מה מצינו, אז דו טרעפסט נאר איין פלאץ וואו די תורה איז מגלה א דין, קענסטו דאס שוין ארויסלערנען ערגעץ אנדערש.

אויף "אייער" שאלה צי "אייער" טייטשט "בעפאר" ערגעץ אנדערשוואו, איך דערמאן מיך נישט אויף די רגע, ס'איז גאנץ מעגליך אז הארקאווי מיינט טאקע נאר דעם ווארט נישט מער, אבער דער איי וואס מיר אידן נוצן ווען מ'דרייט מיטן דומן פינגער, האט נישט מיט בעפאר גארנישט לענ"ד, איי, איז אן אויסשרייענדיגע תמי' וואס טאנצט ארויף מיטן גאנצן אימפעט צום אויבערפלאך אזוי פון זיך אליינס, אן דעם וואס מ'זאל אים דארפן ארויסהעלפן ווער אימער, ונקוט כלל זה בידך, אלע ווערטער אין אלע שפראכן וואס דער גאנצער שורש התיבה באשטייט פון אן אות הגרון, ווי הוי, הה, אהה, וי, אוי, איי, ייי, יוי, וויי, אה, אהא, OH OY OO וכו', די אלע זענען אינסטינקטע אויסשרייאונגען פונעם נפש, ביי פרייד אדער ביי ווייטאג, ביי איבערראשונג אדער ביי שאק, די זעלבע געניאלע צושטעל קען געזאגט ווערן דאהי, דער איי שרייט ארויס דער אויטאמאטישע תמי', אזוי ווי זייער ווערטער האט צוטון מיט די ה' מוצאות הפה, וועגן דעם זאגט מען האט כמעט יעדע שפראך דער אם, מאם, מאמע [האסט כאטש געציילט וןיפיל ווערטער עס האט מיר גענומען צו מסביר זיין דאס פשוטע].. נאכדעם ווינדערסטו דיך אז איך זאג אז איך קען נישט שפראך, און זרח מאכט נאך חוזק, געניאל.. יא יא בני היכלא איז א נאון, אבער וויי צו אזא נאון.... במסורה איתא דהיא יתיר ו', עס קומט באמת נאן!!!
נערך לאחרונה על-ידי בני היכלא בתאריך חמישי ספט' 06, 2007 5:02 pm, סך-הכל נערך פעם אחת
חמישי ספט' 06, 2007 4:50 pm#6
מאדעך/מה-דאך - קל-וחומר
ס'פארהאן מחלוקה פון רש"י תוספות פארקערט צו א מה-הצד/צד-השווה איז געבויעט אויף א מה מצינו אדער אויף א ק"ו, ס'הייסט לויט ביידע איז דער צווייטער מלמד נאר אויפצווייזן אז די פירכא איז נישט קיין פירכא, אמער דער צווייטער האט דאך נישט דעם חומרא/קולא און דאך האט ער דעם דין אויף וועלכע מ'איז דערביי דן.

דער ריטב"א וואס די ציטירסט איז מיר גראדע אינטערעסאנט, אויב דערמאנסטו זיך דעם מקור, שעיר איט וויט מי פליז, אבער לאגיש גערעדט אז איך ווייז דיר עפעס אויף מיט א משל און א ק"ו, פון וועלכע ווערסטו מער נתפעל? פארשטייט זיך ווען קיינער פון זיי האבן נישט קיינע פירכא'ס ווייל אז יא איז דאך נישט אייניג דער פארמעסט.

איך (ווער ביסטו?) טראכט (טראכטען מעג איך דאך) אז ס'איז באמת נישט קיין נפק"מ, נאר א ק"ו איז שווערער אפצופרעגן ווייל דו מוזט אפפרעגן דעם חלק החמור/קל שבו ד.ה. דאס אז דער מלמד מיט דער למד זענען נישט ענליך איז נאך נישט קיין טענה ביי א ק"ו ווייל דער עיקר איז צו דער למד איז קל אדער חמור פונעם מלמד, משא"כ ביי א מה-מצינו ווי נאר דער מלמד און למד זענען נישט ענליך (שטייציך מיט עפעס וואס האט צוטאן מיט'ן דין וואס איך וויל ארויסלענען) איז שוין נישט שייך צו דרש'ענען. אבער ווען דו האסט א ריכטיגער מה-מצינו מיט זערא פירכא ביסטו גארנישט שוואכער ווי דער מה-דאך מיט'ן ניגון אינאיינעם.

שטימט?
נערך לאחרונה על-ידי מיללער בתאריך חמישי ספט' 06, 2007 5:22 pm, סך-הכל נערך פעם אחת
חמישי ספט' 06, 2007 5:18 pm#7
מאדעך/מה-דאך - קל-וחומר
סך-הכל איז דיין תגובה בני היכלא נאר נערך געווארן פעם אחת, אבער ווען נישט וואס ערבים עלי דבריך כקענדיס לחיך וואלט איך ניטאמאל באמערקט דיין אייער-מיט-צוויבל כ'מיין אייער-קוגל אפי' פעם אחת.

ס'ריזיג, געניאל איז נישט דאס ווארט!

איי וועסטו פרעגן, אזוי שנעל געסטו אויף? ניין, איך האלט נאך אלס אז 'איי' איז יא א ווארט נישט קיין אינסטינקט אדער גרימאס, אבער ווי לאנג כ'טרעף נישט קיין ראי' לדבר (הארקאווי'ס 'איי' איז נאר א זכר לדבר) זעמיר דערווייל אייניג, אתה בסברתיך אני בסברתי, זה סברתי וזה חליפתי, אבע"א היכלא איבע"א מיללער, סברא לן סברא להו.
חמישי ספט' 06, 2007 5:19 pm#8
מאדעך/מה-דאך - קל-וחומר
מילער טייערער.
האסט מיר געכאפט אין אן אנגעצויגענע צייט, איך האב באמת נישט קיין ברעקל צייט יעצט, פרעיער האב איך נאך אביסל גע'גנב'ט, איך וועל בעז"ה צוריקקומען צו דיר.
חמישי ספט' 06, 2007 6:00 pm#9
מאדעך/מה-דאך - קל-וחומר
איי... איי... איי... זינגט זיך מיר אזוי 'נפשיות'דיג' אונטער די נאז...
מ...מ... מ...מ... [דא ברום איך זיך אונטער. ווייסט וואס כ'מיין, יא?] אזא שיינער שמועס מיטצוהאלטן, שוין לאנג נישט געווען אזוינס!
ממ... ממ... איך הער אלעס. בני היכלא וואלט געהאט חשק איך זאל אריינקומען אין בילד, אריינשטעקן מיינע צוויי נאז לעכער... הא? אבער, ניין! דאס מאל האב איך בוחר געווען ענדערש מיטצוהאלטן, אזוי מן הצד, ווי איידער צו זיין א 'נאון' פונעם דיסקאשן. ס'סאך געשמאקער אזוי...

מיללער, א קל וחומר איז שטערקער ווי א מה מצינו/בנין אב, אפי' אן א דעם ווי ס'דא פירכא. דאכט זיך אין קידושין ערגעץ (כ'מיין ביי די סוגיא פון מ"ע שהזמן גרמא?) איז משמע אז אויב איז פאראן א קל וחומר ניצט מען ענדערש דעם ק"ו, נאר אויף א פאל ווי דער ק"ו איז מופרך, און דער לימוד איז א הכרח (מחמת קבלה) און א פאקט, דאן שפרינג איך בלית ברירה צום מה מצינו. די סברא איז פשוט, ווייל א קל וחומר איז א שטערקערע סברה ווי א בלויזער מה מצינו.
חמישי ספט' 06, 2007 6:08 pm#10
מאדעך/מה-דאך - קל-וחומר
זארעכ!!!!!!! האסט רוח הקודש? פון וואו ווייסטו וואס איך וויל, איי ווי איך וויל.... אם לא למעני עשה למענך..

טאקע דארט אין קידושין איז דער ריטב"א לכאורה, דער ריטב"א זאגט אויך אז די גמרא הייבט טאקע אן מיט א קל וחומר, אבער ענדיגט מיט א מה מצינו, ווייל ווען דו פרעגסט אפ דעם קל וחומר קענסטו נאך אלס מאכן א מה מצינו, דארט דארפסטו דאך נישט זוכן קיין קל און חומר, פשוט מה מצינו, די תמי' איז נאר מורא'דיג, אויב די סברה איז עס מחלק איינס פון צווייטן, מה לי מה מצינו מה לי קל וחומר אמער ס'האט דאך א פירכא.
בכלל דארף מען פארשטייט לויטן ריטב"א הנ"ל אז מה מצינו איז נישט קיין בנין אב, וואס איז טאקע א חילוק פון די צוויי, איז עס א צווייטע מין זאך בכלל, לפי משקל ראשון, איז סיי א מה מצינו סיי בנין אב סיי קל וחומר אלעס מכח סברות, אבער ס'איז זיכער דא חילוקים, רש"י זאגט אפשר הונדערט מאל אין ש"ס אז א מה מצינו איז א בנין אב.

מילער, ביז איך קען מיך צוזאמקראצן, איך האב ממש נישט דעם קאפ יעצט צו טראכטן און לכאורה ווייס איך נישט וואס איך שרייב אפילו,,,, נאר ווי קען איך שטיין בלייבן ווען איך זע דעם עילוי זארעכ עומד לפנינו [און אפילו ער איז שוין א זקן שקנה חכמה, האט מען אין אונזער געגנט ווי מיר פאשען אין די וויזע, יא גערופן אן עלטערן מאן, מיט א וועלטס קאפ, בשם "עילוי"], נביזדערווייל, עם אפיר דעם רשב"ץ'ס הליכות עולם מיטן יבין שמועה, וועט דיר לעכטיג ווערן, ער וועט דיר לכאורה אלעס זאגן.
חמישי ספט' 06, 2007 6:16 pm#11
מאדעך/מה-דאך - קל-וחומר
זארעכפעפער כתב:
מיללער, א קל וחומר איז שטערקער ווי א מה מצינו/בנין אב, אפי' אן א דעם ווי ס'דא פירכא. דאכט זיך אין קידושין ערגעץ (כ'מיין ביי די סוגיא פון מ"ע שהזמן גרמא?) איז משמע אז אויב איז פאראן א קל וחומר ניצט מען ענדערש דעם ק"ו, נאר אויף א פאל ווי דער ק"ו איז מופרך און דער לימוד איז א הכרח (מחמת קבלה) און א פאקט דאן שפרינג איך בלית ברירה צום מה מצינו.
"די סברא איז פשוט, ווייל א קל וחומר איז א שטערקערע סברה ווי א בלויזער מה מצינו".


די סברא איז פשוט מסברא! פשיהא אויך א מהלך.

די פשוט'ע סברא איז ביי מיר נישט אזוי פשוט, ס'קלינגט שיין ס'האט א ניגון אבער מה כל הרעש? ווייל דער מה-מצינו האט נישט קיין גראבע-פינגער מאושען מיט זיך איז ער שוואך?

פרש דבריך ר' זארעך.

(נישט וועלנדיג אריינגעשלעפט ווערן, יו אר הער טו סטעי מיי פרענד)
חמישי ספט' 06, 2007 6:22 pm#12
מאדעך/מה-דאך - קל-וחומר
בני היכלא, צו וואס דארפסטו דעם 'רוח הקודש'? האלב דערפון איז דער נישט גענוג? כ'מיין' דער 'רוח' סערה וואס דו האסט געבלאזן, אין דיין אויבערשטער תגובה איבער זארעכן, האט אנגעמאכט אזא האריקעין אזש איך האב עס געשפירט ביז אהער, און כ'בין באלד געקומען צו לויפן דיר מודיע זיין אז איך הער זיך אלעס אונטער...

יא, אמת רש"י דארט אין קידושין אליין זאגט עס איבער אפאר מאל, אז בנין אב איז א מה מצינו, אבער פארט איז א חילוק צו דער סברה קומט מכח א מה מצינו צי מכח א קל וחומר. פארשטייסט נישט אליין אז א קל וחומר איז א שטערקערער סברה ווי א בלויזער מה מצינו?

אגב, ביסטו זיכער אז דארט רעדט מען פון א קל וחומר. אזוי קלאפנדיג, מיין איך אז כ'אב זיך מיאוס טועה געווען, כ'מיין מ'רעדט דארט פון א היקש VS מה מצינו, נישט פון א קל וחומר. אקעי, כ'אב שוין האומווארק...
חמישי ספט' 06, 2007 6:35 pm#13
מאדעך/מה-דאך - קל-וחומר
מיללער, קום אהער, זעץ זיך אנידער, און לאמעך דער מסביר זיין. אבער האלט די הענט פון אונטן, נאו מאושנ'ס היר.

קל וחומר סעמפל:
מה דאך דער קליינער פימפל-נאטער, זארעך, קען זאגן א סברה, איז דאך כל שכן וכל שכן אז דער גרויסער איש חכם ומלומד, מיללער, קען דאך אודאי און אודאי זאגן די סברה.

מה מצינו סעמפל:
נו, אז מיללער קען זאגן די סברה קען דאך בני היכלא אויך, איי [כ'ציטער כ'אב אריינגעווארפן 'אייער'... געדענקסט נאך?] פון וואנעט ווייסטו? ווער זאגט דיר דאס? ענטפערט די הייליגע רש"י (מס' שבת, ביי הוצאה והכנסה) סברא היא, ס'מסתבר אזוי צו זאגן. פארוואס? ווייל ביידע פארמאגן גוטע כשרונות, און פארוואס עפעס זאל איך זאגן דער יא און דער נישט?

נו, זאג דו מיר, וועלכע סברה האט א שטערקערן געבוי מיסודו?

און יעצט, יעמוד יעמוד מורינו ר' יענקל, עמוד אצבעותיך על קיבארדך, און זיי מיר מסביר דיין פארקערטע סברה.
חמישי ספט' 06, 2007 9:57 pm#14
מאדעך/מה-דאך - קל-וחומר
ברכו את זארעך המבורך,

איך זאג דיר אז ביידע האבן אן אייניגע געבוי, מיט'ן תנאי אז מיללער מיט בני היכלא זענען איידענטיקעל (פאר ארגומענט סעיק, ווייל אין פאקט איז עס כרחוק איסט מוועסט), ד.ה. אז אין פאל אז דער מה-מצינו איז געבויעט אויף אן אופן ווי דער מלמד מיט'ן למד זענען ממש ענליך אזוי ווי ווען מיללער איז מער פון זארעך ביים ק"ו, איז דער סברא אייניג שטארק (אגב, סברא נישט סברה).

ס'איז שווער צו טרעפן משלים כ'וועל פרובירן אזוי,

קל וחומר סעמפל:
מה-דאך דער אינגל מיט א סייז 4 שיך, פיט נישט אין קיין סייז 3, איז דאך א כ"ש וזיכער וודאי ק"ו ב"ב של ק"ו אז זיין ברידער וואס טראגט א סייז 5 שיך, פיט פאר שאר נישט אינעם סייז 3.

מה-מצינו סעמפל:
פונקט ווי 'דער' סייז 4 אינגל פיט נישט אינעם סייז 3, אזוי אויך (רואיג אן קיין ניגונים און מאושען'ס) דער 'אנדערער' אינגל מיט'ן סייז 4 שיך, פיט אויך נישט אין קיין סייז 3.

יעצט ישב ישב מורה מורינו ר' זארעך הושב פינגערותיך על קיבארדך און פרעג אפ די מה-מצינו מיט אזא פירכא וואס דער ק"ו וואלט מען נישט געקענט אפפרעגן.
חמישי ספט' 06, 2007 10:19 pm#15
מאדעך/מה-דאך - קל-וחומר
זארעכפעפער כתב:איי... איי... איי... זינגט זיך מיר אזוי 'נפשיות'דיג' אונטער די נאז...
מ...מ... מ...מ... [דא ברום איך זיך אונטער. ווייסט וואס כ'מיין, יא?] אזא שיינער שמועס מיטצוהאלטן, שוין לאנג נישט געווען אזוינס!
ממ... ממ... איך הער אלעס. בני היכלא וואלט געהאט חשק איך זאל אריינקומען אין בילד, אריינשטעקן מיינע צוויי נאז לעכער... הא? אבער, ניין! דאס מאל האב איך בוחר געווען ענדערש מיטצוהאלטן, אזוי מן הצד, ווי איידער צו זיין א 'נאון' פונעם דיסקאשן. ס'סאך געשמאקער אזוי...

מיללער, א קל וחומר איז שטערקער ווי א מה מצינו/בנין אב, אפי' אן א דעם ווי ס'דא פירכא. דאכט זיך אין קידושין ערגעץ (כ'מיין ביי די סוגיא פון מ"ע שהזמן גרמא?) איז משמע אז אויב איז פאראן א קל וחומר ניצט מען ענדערש דעם ק"ו, נאר אויף א פאל ווי דער ק"ו איז מופרך, און דער לימוד איז א הכרח (מחמת קבלה) און א פאקט, דאן שפרינג איך בלית ברירה צום מה מצינו. די סברא איז פשוט, ווייל א קל וחומר איז א שטערקערע סברה ווי א בלויזער מה מצינו.


זארעכל, ס'אי אין קידושין, נישט דארט, נאר סאך פריער, ביי די סוגיא פון די לימודים פון "אין כסף" אין די ק"ו'ס פון יבמה.
פון די אנדערע זייט מטבע זאגט דער מהרש"א, אז א "קל וחומר" קען מען נישט מאכן, נאר וואס איז געווען מקובל ביי די "חכמים" אז מ'קען מאכן. דאס מיינט, אז נישט "לאגיק" דיקטירט, נאר די קבלה. ווידעראום ביי מה מצינו איז נישטא די רעסטריקשאן.
חמישי ספט' 06, 2007 10:55 pm#16
מאדעך/מה-דאך - קל-וחומר
ווי גערעכט בין איך געווען, יעצט אין א רואיגערע מינוט זע איך אז איך האב אזאנס גערעדט פאר ווייער און פאר פאסער [כמנהג אנשי הקרעטשמע לדבר, ואסור לפרוש מן הציבור, והולכין אחר המנהג המקום, וגם לרבות אותן המבקשים כאילה עורגת לרדוף אחרי שמות נרדפות, שנתחברו בין חברינו, להניחם בכבודם הראויה להם].
די ריטב"א וואס איך האב דיר געזאגט, וועגן מה מצינו בנין אב, איז נישט קיין ריטב"א, איך געדענק נישט ווער ס'זאגט עס, איך האב עס גענומען אבער פון הליכות עולם לכאורה.

ערשט יעצט כאפ איך אז דיין שאלה איז צי ס'איז א שטערקערע ראי', ביז איצטערט האב איך געטראכט אז דו פרעגסט וועלכע איז שטערקער במציאות אין כח הדרש, אויף דעם האב איך געענטפערט מה שענטפארתי.

יעצט וועלכע ס'שטערקער, ווייסט וואס איך וועל דיר זאגן א מה מצינו, ווייל מיט א מה מצינו קענסטו ארויסלערנען איינס פון איינס צי איינס פון צוויי, אן קיין תורות, ביי א קל וחומר מוזטו האבן א קל מיט א חומר, און טאמער האסטו נישט דאס וועסטו נישט האבן קיין לימוד, ס'איז באמת אויך תלוי אין די מחלוקת רש"י ותוס', וויאזוי א במה הצד ארבעט, אבער דער אמת איז, אז יעדע מאל ווען דו פרעגסט אפ א קל וחומר, האסטו אויטאמאטיש אויך אפגעפרעגט א מה מצינו, ווייל ס'איז היינו הך, וויל אויב האסטו א סיבה פארוואס יענער האט דאס, איז עס שוין א פירכא פאר א מה מצינו, [איך מיין אז ס'איז א געטועכטץ צי א פירכא כל דהוא איז גענוג צי נישט ואין כאן מקומו], און אזוי ווי די גמרא אין מלקות זאגט, אי בק"ו איכא למיפרך, אי במה מצינו איכא למיפרך כדפרכינן, איי, פארוואס נעמט מען בכלל דעם קל וחומר גיי גראד מיטן מה מצינו, דער אמת איז ס'ווענד זיך טאקע אין די סברות, ווייל אפילו ס'איז תלוי בסברא, און אדם דן סברא מעצמו, אבער זאגן שוין די ראשונים אז נישט יעדער קען מאכן סברות און קל וחומר'ס, במילא חז"ל האבן פארשטאנען ווען די סברא זאגט צו מאכן א קל וחומר און אזוי אויפבויען די לימוד, און ווען ס'איז פשוט א לימוד במה מצינו, איינמאל רעדט מען פון סייז שיך, און א צווייט מאל פון טאלאנטען פון מענטשן פארשטייסט?, אחוץ מזה איז דא אסאך קל וחומר'ס וואס איז מיני' ובי', וואס האט גארנישט מיט א צווייטע דין, נאר אז ביי אים אליינס האט ער אמאל א הארבערע זאך, אדער אמאל איז דער קל וחומר געבויעט אויף סברות און מציאות'ן אן דינים ביי א צווייט פלאץ, לימודים, ווי מה שן שדרכו להזיק תאמר בחצי נזק וכו', תוספות זאגט דאך שוין, אז ס'איז דא סברא קלישא'ס און ס'איז דא סברא אלימתא'ס, פארדעם זאגט אמאל די גמרא, מילתא דאתי' בק"ו טרח וכתב לה קרא, און אמאל פרעגט די גמרא למה לי קרא ק"ו היא, כידוע, אאפפפפפפפפס, אזוי פאלט מיר ביי, אז ס'איז דאך א מורא'דיגע ראי' אז א מה מצינו איז שטערקער, ווייל פארוואס זאגט מען קיינמאל נישט, מילתא דאתי' במה מצינו טרח וכתב לה קרא, די גמרא פרעגט למה לי קרא תיפוק לי' וכו', זאג מילתא דאתי', אלא מאי, א קל וחומר דארף מען מחזק זיין אבער א מה מצינו איז זייער שטארק, אבער בסברא רעד איך שטותים ווייל וואס איז דען די חילוק?, אלעס איז דאך סברות, און סברא איז דאך א דאורייתא ווי די פני יושע זאגט אין ברכות לה ביי ברכות.

יעצט זארעכ, איך האב גערעדט פון די סוגי' אנהייב קידושין וואו מ'לערנט ארויס אלע קניני קידושי אשה ואמה וכו', דארט זאגט די ריטב"א אז אפילו ס'איז נישט שייך צו מאכן א קל וחומר נאר א מה מצינו, דאך זאגט עס די גמרא בלשון קל וחומר, [אה, ער האלט ווי דיר אז איך האב בעסער ליב א קל וחומר], און נאכדעם פרעגט עס די גמרא אפ אז ניין אפילו במה מצינו קען מען נישט, אויף דעם האב איך מיך געווינדערט אויב קען מען נישט מאכן א קל וחומר כקושי' הריטב"א, קען מען דאך א מה מצינו אויך נישט מאכן, כבגמרא מכות הנ"ל, אלא מאי דארף מען זיך זעצן נאכאמאל לערנען, אנהייבן נאכאמאל חדש ימינו כקדם, די יטיבך לבך בימי בחורותיך, כי אט אט יגיעו ימים שאין בהם חפץ.....

אגב, האב איך נישט געכאפט וואס דו זאגסט, מיט:
"אמת רש"י דארט אין קידושין אליין זאגט עס איבער אפאר מאל, אז בנין אב איז א מה מצינו, אבער פארט איז א חילוק צו דער סברה קומט מכח א מה מצינו צי מכח א קל וחומר. פארשטייסט נישט אליין אז א קל וחומר איז א שטערקערער סברה ווי א בלויזער מה מצינו?"
קוקט אויס ס'האט זיך בטעות פארטוישט בנין אב פאר קל וחומר.

ובזה אצא ואניח היעמוד'ס והישב'ס להמעיינים והקוראים בקל, למר כדאית לי', ואנן כדרבא סבירא לן, כבעובדא ההיא דהוה ליה עם הצדוקי, דאמר אנן דבתמימותא סגי' כתיב בן תומת ישרים תנחם...........
שישי ספט' 07, 2007 10:45 am#17
מאדעך/מה-דאך - קל-וחומר
בני בני, אם חכם בני, בני א-ל חי! די סברות, ראיות, בקיאות, איז בוקע רקיעים!

למעשה, סעקיולער גערעדט, אן קיין פני יהושע'ס, ריטב"א'ס, זארעך'ס, איז א קל וחומר א 'שטערקערע' הוכחה (נישט גרינגער צו באשאפן, אדער שווערער אפצופרעגן) ווי א מה-מצינו?

וועגו מילתא דאתיא בק"ו אדער מה-מצינו צו איך זאג טרח וכתב קרא, איך געדענק נישט וואו אבער איך מיין אז ס'נישט אזוי זיכער וואס דו זאגסט ואי"ה אשנה פרק זה (קרעדיט, מנחת חינוך ביליאן מאל), אבער לגבי אין עונשין מן הדין איז דא א תוס' אנהייב ב"ק דף ב' ע"א ד"ה ולא זה פרעגט אז לכאורה פ"וו מוטשעט זיך די משנה מסביר צו זיין די פסוקים אויף אלע ד' אבות נזיקין אמער מיר ווייסן דאך סייווי אז אין עונשין מן הדין, אז מ'באמערקט רעדט מען דארט פון א מה-הצד וואס מיר האבן שוין דערמאנט די מחלוקת רש"י ותוס' ווי תוס' לערנט אז דאס איז א מה-מצינו טא וואס פרעגט תוס' אעמה"ד? זעה מיר אז ביי א מה מצינו זאגו מען אויך אעמה"ד.
נערך לאחרונה על-ידי מיללער בתאריך ראשון ספט' 09, 2007 10:05 am, סך-הכל נערך פעם אחת
ראשון ספט' 09, 2007 9:55 am#18
מאדעך/מה-דאך - קל-וחומר
בני היכלא כתב:
די שאלה איז אבער, וואס א מה מצינו מיינט באמת, ס'איז א מחלוקת הראשונים, צי א מה מצינו איז א בנין אב אדער א נייע אופן של דרש, דאכט זיך די ריטב"א טענה'ט אז א בנין אב ארבעט נאר ווען מ'בויעט עפעס אויף פון א מה הצד דאס טייטשט פון צוויי פלעצער, דאס טייטשט א בנין, אזוי ווי מ'לייגט ציגעל איינס אויף צוויי אזוי בויעט מען. משא"כ א מה מצינו, אז דו טרעפסט נאר איין פלאץ וואו די תורה איז מגלה א דין, קענסטו דאס שוין ארויסלערנען ערגעץ אנדערש.
ובחזרתו כתב:
די ריטב"א וואס איך האב דיר געזאגט, וועגן מה מצינו בנין אב, איז נישט קיין ריטב"א, איך געדענק נישט ווער ס'זאגט עס, איך האב עס גענומען אבער פון הליכות עולם לכאורה


היינט אינדערפרי נאך סליחות מיט א קלארע קאפ זעץ איך מיך אנידער איבער אן 'הליכות עולם' און יא עס ווערט דארט דערמאנט א שיטה (לא נודע למי) אז א 'בנין-אב' איז דייקא נאר א צד-השוה ווי דער לימוד ווערט געבויעט פון צוויי צדדים כבנין אריח ע"ג לבינה, פאלט מיר די אויגן אויף דעם פי' פונעם בית יוסף "כללי הגמרא" זאגט ער בערך אזוי "ובזה יתורץ תמיהת הרא"ש ז"ל" אויב נעם איך אזוי אן (אז בנין-אב איז א מה-הצד און נישט קיין מה-מצינו) ווערט פארענטפערט וואס דער רא"ש ז"ל וואונדערט זיך פארוואס מברויך צוויי מדות אויף די זעלבע זאך, וועלכע צוויי? הערט און שטוינט "דער מה-מצינו מיט דער קל-וחומר" נישט מער און נישט ווייניגער נאר אז דער רא"ש האט פארשטאנען אז מה-מצינו (מ"מ) מיט קל-וחומר (ק"ו) איז איין זאך!

ברוך המקום ברוך הוא, ברוך שבחר בהם ובמשנתם וברוך שחלק מחמתו ליריאיו!

בסיעתא דשמיא, מיט די הילף פונעם קרעטשמע/בני היכלא בין איך אנגעקומען צו א רא"ש וואס פארשטייט אז א ק"ו און מ"מ איז היינו הך, ופירושן של דברים איז זייער פשוט לדעתי, די מדה איז מסורה אז מ'קען מדמה זיין מילתא למילתא בדדמי, למשל, אז די תורה זאגט אז ווען א מענטשן'ס אקס איז מזיק בקרנו אן אנדערן'ס חפץ ברויך דער בעה"ב באצאלן, זאגט דער שכל, מה-מצינו, וואס זאגט מיר מיט דעם די תורה? אז א מענטש איז פאראנטפארטליך אויף די הזיקות פון זיין אקס, נא, אויב אזוי דארף לכאורה זיין די זעלבע דין אויב זיין אקס איז מזיק מיט זיין שן אז ער עסט אויף יענעם'ס גראז, וועסטו דאך זיך אבער דינגען אז ניין "מה לשן שכן יש הנאה להזיקה" ווי קענסטו זיי פארגלייכען דער אקס האט דאך הנאה ווען ער עסט משא"כ וועו ער קאפעט (מ'קען עקסטער רעדן פון 'קאפען' אז ס'מיינט דייקא מיט'ן קרן וואס איז אויפן קאפ, ועוד חזון לקאפען) האט ער דאך קיין הנאה נישט.
דא קומט דער קל-וחומר צום באנוץ, והלא דין הוא, מה-דאך ווען דער אקס/בעה"ב האט קיין שום הנאה נישט האט די תורה מחייב געווען צו באצאלן איז דאך כ"ש ביי שן ווי דער אקס מיט זיין בעה"ב אינאיינעם האבן נאך הנאה געהאט פינעם היזק איז דאך זיכער אז מ'דארף שלם'ען.

וואס זעה איך דא, אז דער ק"ו קומט מחזק זיין דעם מ"מ, און אזוי איז יעדע ק"ו, ביסודו איז דאס א מה-מצינו וואס ברויך חיזוק פונעם ק"ו אוועקצונעמען די קמשונות אין פירכות וואס שווימען ארויף, והשתא דאתינא להכא, איז פארענטפערט מיין אויבערשטע חקירה אויך, ס'איז טאקע נישט קיין חילוק אין שטארקייט פון די צוויי (ק"ו-מ"מ) נאר צומאל איז וויכטיג צו נוצן דעם ק"ו אוועקצונעמען די פירכות ולהצדיק את המה-מצינו ודו"ק כי נכון הוא בס"ד.

צו לעצט, אין די נייע דרוק דארט אינעם הליכות עולם צייכנט ער איין אז דער פרי מגדים אין זיין ספר 'שושנת העמקים' איז דן איבער דעם נושא, דערווייל האב נאך נישט אפיר-געזוכט דעם ספר, ונזכה ונחי' ונראה.
ראשון ספט' 09, 2007 1:11 pm#19
מאדעך/מה-דאך - קל-וחומר
אין דעם פאלענדן ירחון, "ישיבה מעלות"
ווערט בקיצור ארויסגעברענגט דער ריטב"א לויט ווי דער הליכות עולם איז עס מסביר

בספר הליכות עולם (כללי הגמרא) מובא (תחילת שער רביעי):

דיני קל וחומר. מדה כתובה בתורה שדורשין קל וחומר ולומדין חמור מקל להחמיר... הקל וחומר [פעמים] נעשה מסברא כלומר מחשיבות סברא בעלמא ולא מכח הכתוב, כגון הנהו דאבות נזיקין ומה שן שאין כוונתו להזיק חייב קרן שכוונתו להזיק לא כל שכן וכן כל כי האי גוונא, ופעמים נעשה מדין כלומר מדין התורה וממעלות שנתן הכתוב בדבר בין להקל ובין להחמיר, כגון הנהו דפרק קמא דקידושין גבי כסף שטר וביאה מה אמה עבריה שאינה נקנית בביאה נקנית בכסף זו שנקנית בביאה אינו דין שנקנית בכסף וכן כל האי גוונא.

יש קל וחומר של סברא, שהחומרא והקולא הם דברים העולים מסברא, ולא מדיני הכתוב, ויש, שהחומרא והקולא הם על פי מעלות שנתן הכתוב בדינים השונים, אף שמסברא אין בזה חומרא יותר מבאחר.
כיצד יש להבין את הקל וחומר המובא בגמרא: "והלא דין הוא, ומה יבמה שאין נקנית בכסף - נקנית בביאה, זו שנקנית בכסף - אינו דין שנקנית בביאה". האם זהו קל וחומר המבוסס על סברא או על דין?
נראה, שזהו קל וחומר של סברא. לאחר הקנין, אשה ויבמה הן באותה דרגה, שתיהן הופכות לאשת איש. אם כן, ניתן להבין שאם היבמה, שאינה זקוקה לקנין כסף, נקנית בביאה, הרי שביאה היא קנין שפועל יותר, וקונה שלבים "מתקדמים" יותר בקשר בין האיש והאשה, ואם כן, מובן שיקנה גם אשה בעלמא, שכן "בכלל מאתיים מנה" - מה שפועל פעולה חזקה, ודאי שיכול לפעול פעולה חלשה ממנה. מיבמה אנו לומדים שביאה היא קנין "חזק" הכולל את קנין כסף בתוכו, ועל כן אשה שנקנית בכסף - ודאי שנקנית בביאה.


http://www.yesmalot.co.il/torat-il/mamarim/mtei11.html
דאס ווערט ארויסגעגעבן דורך אן ארגאניזאציע "תורת ארץ ישראל" בהנהלת יושע ווייצמאן, וואס קוקט אויס ווי א קוקניק
ראשון ספט' 09, 2007 3:04 pm#20
מאדעך/מה-דאך - קל-וחומר
ווייסער,
איך זעה נישט וואס דער קוקניק איז מוסף אויפ'ן הליכות עולם, און וואס דאס האט א שייכות מיט וואס מיר האבן דן געווען ביז אהער. סך הכל פונעם הליכות עולם וואס ער ברענגט איז, אז ס'פארהאן צוויי ערליי חומרא'ס/קולא'ס, אדער מסברא (שן וקרן בניזקין) אדער מדין (ביאה/כסף בקידושין) אין ביידע קענען גענוצט ווערן ביי די מדה פון קל-וחומר.

און אז מ'רעדט שוין פון מדת קל וחומר איז פאסיג צו דערמאנען וואס דער בני יששכר ברענגט כמ"פ פונעם מגיד, אז די י"ג מדות שהתורה נדרשת בהן איז מכוון כנגד די י"ג מדות של רחמים וואס לפי"ז איז דער ערשטער מדה פון א-ל אקעגן די מדה פון ק"ו מיט דעם טייטשט דער רבי ר' בער דעם א-ל נא רפא נא לה זאגט דער מדרש אז דער אייבירשטער האט געזאגט פאר משרע"ה ער זאל דרש'נען א ק"ו (עיי"ש) מעורר צו זיין דעם מדת הרחמים אויף מרים וועלכע איז מרומז אינעם ערשטן מדה פון די י"ג מדות.

ובימים האלו יזכור לנו ה' ברית שלש עשרה כמו שהודע לנו מקדם, ויכתוב כולנו בספרן של צדיקים גמורים לשנת גאולה וישועה, אכיה"ר.