הויפט זייט » בית המדרש דקהלתינו » אוצר הספרים » קאמענטארן, קשיות אין לינקס

קאמענטארן, קשיות אין לינקס

10 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

60 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 212 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2414
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
רביעי אוק' 10, 2007 3:34 pm#1
קאמענטארן, קשיות אין לינקס
אפשר דארף מען מאכן א באזונדערע אשכול פאר שיעורים אויפן טעלעפאן:

איך הער לעצטנס קול אברהם, א איד לערנט הערליך פאר ש"ס, קענסט דיר אויסוועלן וועלכן בלעטל דו ווילסט הערן דורך אויספאלגן די אנווייזונגען:

212.467.5469
רביעי אוק' 10, 2007 4:06 pm#2
קאמענטארן, קשיות אין לינקס
הוספות ד' נח תשס"ח:

ספר "הרב מליאדי" תולדות מרן בעל התניא באשכול קורות הדורות
חמישי אוק' 11, 2007 5:52 pm#3
קאמענטארן, קשיות אין לינקס
עוד מילער חי!!!!!!
געב נישט אויף מילער, זאלסט וויסן אז מיט יעדע הוספה, בויסטו נאך א ציגל צום מקום המקדש, און ביסט מקרב די גאולה, קוק אויף קיין זאך נישט, לא תגובות ולא צפיות ולא משמשים לא רשומים ולא חבוים ואף לא אורחים, ועם כל זה יעלת חן, "לעשות נחת רוח, לעשות נחת רוח, לעשות נחת רוח, להבורא יתברך שמו, אוי לעשות נחת, נחת רוח"

און אויב שוין יא תולדות פון תניא,עליך שוין מוסיף זיין די מער מקוריות'דיגע בית רבי, און פון ביידע צוזאמען וועט שוין עפעס ווערן, ביז ער וועט בקרוב אויפשטיין תחית המתים, האפענטליך במהרה בימינו, וועט מען אים שוין פערזענליך קענען פרעגן אלע אינפארמאציע פונטליך פון זיין ביאגראפיע, וועם עס וועט נאך דאן אינטערעסירן, וואס לויט ווי מיר האבן מקובל, שטייט דאך אז תורה חדשה מאתי תצא, און ס'וועט שטיין דארט, ויסע ישראל בעל שם ממעזיבוז, ויחן באפטא..

נאדיר..
http://www.hebrewbooks.org/root/data/pdfs/SC/betrabbi1.pdf
שני אוק' 22, 2007 3:12 pm#6
קאמענטארן, קשיות אין לינקס
הוספות יום ב' וירא תשס"ח

ספר מורה נבוכים להרמב"ם - אשכול ספרי מוסר והגיון
פי' החזקוני על התורה - אשכול תנ"ך ומפרשיו (קרעדיט זארעכפעפפער)
שני אוק' 22, 2007 7:05 pm#7
קאמענטארן, קשיות אין לינקס
איך ווייס נישט צי דער מורה זאל זיין דא, מחמת סיבות הידועות.
שני אוק' 22, 2007 7:59 pm#8
קאמענטארן, קשיות אין לינקס
בנוגע דער עצם ארויפלייגן דעם 'ספר המורה' וועל איך לאזן פאר אנדערע צו באשליסן. אבער וואס איז וויכטיג צו באטאנען, אז דער לינק פון די הוצאה וואס דו צייכנסט צו, איז נישט דער זעלבער 'מורה' אשר יגעו ולמדו בה רבותינו הקדושים מדור דור נ"ע. ס'איז א גענצליך פרישער תרגום, איבערגעארבעט פונעם מקור דורך א געוויסן תימני, און ס'פארהאן דערין שינויים.
שלישי אוק' 23, 2007 10:00 am#9
קאמענטארן, קשיות אין לינקס
בנוגע צו לאזן דעם ספר המורה אינעם אוצר, איך האב לאנג געקלערט דערוועגן אבער מיין חוות דעת איז אז היות דער אוצר איז מיוחד נאר למראי מקומות, קיינער זעצט זיך נישט עמטליך לערנען ביין אונז, אלזא שאדט נישט צו האבן דעם מורה אלס א רעפרענס (געקומען דערצו בין איך דורך דעם רמב"ן און אבן עזרע דיזע וואך עי' בחדר מידי שבת בשבתו אשכול פר' וירא)

אבער אויב וועט זיין רבו עלי חברי, וועל איך עס בל"נ אפמעקן.

זארעך,
הרב קאפח איז גאנץ א אנגענומענע מקור, אבער ווי דערמאנט איז דאך ממילא נאר מראה מקום אני לך ובכגון דא לא מפליג, כנלפע"ד.

ילמדנו רבינו,
איך לאדען מורינו הרב בני היכלא, צו לאזן הערן חוות דעתו הגדולה בהענין, וכאשר יפסוק כן יקום, בהסכמת שאר חכמי ורבני הקרעטשמע.
שלישי אוק' 23, 2007 1:42 pm#10
קאמענטארן, קשיות אין לינקס
מילער, פרעגסט מיך וועל איך דיר ענטפערן.

איך האלט אז יא, למעשה, איז דאך עס סייווי דא אויפן נעט, פאר ווער ס'וויל קוקן, מ'רעדט דאך דא נישט פון א ביהמ"ד אדער שטוב, ווי יעדער דרייט זיך, נו וואס א חילוק, צי ס'איז א לינק נענטער, ס'איז דאך נישט קיין דבר אסור, נאר יש לרחוק מחמת סכנה, אבער ווער ס'וויל יא קוקן, פאר זיך, ווייל זיין רבי האט יא געלאזט, פארוואס נישט אים גרינער מאכן דאס לעבן, אדרבה ואדרבה, למעשה די ראשונים האלטן דאס אין איין ברענגן, די חסידישע ספרים אויך, דיין ישמח משה מילא, נאר אפילו זיין אייניקל דער סאקמער רב, ברענגט אים כסדר, פרובירנדיג מסביר צו זיין זיינע דיבורים שטענדיג ס'זאל שטימען בפנימי פנימיותו על פי רוח הקודש מיט די קבלה אנדערש ווי די חיצוניותדיגע יוונישע אריסטוי'אישע פיליזאפישע בליק, פארקערט אריסטו לצדיקי יתקן, די צדיקים זענען מתקן די זאך, באקאנט אז מילה מחליש כח התאוה, וואס יעדער ברענגט....
בלאט: 1 2