אויף די אנדערע זייט אמעריקע, זענען די פאטערס מיט די דימאנטן-רוקנס פארבינדען מנהיג צו זיין די עדה הוועסט פון די לאמיות'דיגער ליגע, ווי ס'האלט יעצט פירט דער הונדטערשטער פון די צוויי אן דעם ווילדן-קארטל געיעג אריינצוגיין און די שפיעל-אפס פון 2007.
אינעם אמעריקאנער ליגע האלט יעצט יאנקל'ס חבורה א צוויי שפיל אויבערהאנט איבער די שיף-מאטראזען פון סיאטל אינעם דארטיגען ווילדען-קארטל פארמעסט, ונראה מה יהיה בסופו, א שווער יאר געווען פאר יאנקלען, לאמיר יעצט אויסנוצען די ימי הרחמים והרצון איינצורייסן פאר א שיינע ענדע ווייל הכל הולך אחר החתום, אז דער סוף איז גוט איז אלעס גוט, למה תריעו בית יעקב.
בית יעקב לכו ונלכה.
דער בעזעם פון פילי האבן די בני מטות פארכאפט און ארויסגעקערט די בראווערלעך ווי ברעקלעך נאך די סעודה, ווידעראום די יאנקיסטן האבן מיאוס פארלוירן צוויי פון די דריי שפילען אקעגן די פעמפער-בעי-ביס וואס האבן דעווילט ארויסשטויסען די גרויסע ברודער.
טריאו, חזק חזק ונתחזק, זיי דיך מחזק געב נישט אויף, עליות, ירידות, צורך דער עיקר איז נישט מייאש זיין,
לא להתייאש,
את החושך לגרש,
ולשרוף אותו באש,
נמשיך עוד לבקש!
די מעטס שטייען יעצט צו געווינען זייער פינפטע שפיל אין איין ציה (ציה נישט אזוי, דו מעשוגענער) זיי פירן יעצט דעם שפיל קעגן די רויטערס 11-6 אונעם אכטען פארזעצונג, אויב ס'געלונגט זיי וועט דאס זיין דער ערשטער מאל דעם סעזאן דאס צו דערגרייכן.
נעכטן איז הרב פעדער-מארטינעז צוריקגעקומען צו די מעטס אנפאנגער-ראטאציע נאך אן אפוועזנהייט פון איבער א יאר ער האט געוואונען די שפיל און באוויזען צו רעקארדירן די 3,000'סטע אויס-שטרייט אין זיין קארעריע זייענדיג בלויז דער פונפצענטער ווארפער אין די היסטאריע פון מל"ב דאס צו ערייכן.
איך האלט אז פעדרא וועט אריין גיין אין די זאל פון פירסום אפילו אויב ער ריטייערט היינט נאר צוליב זיין דאמינענץ. אלץ יענקי פען ליגט מיר זיין דאמינענץ גוט אין די ביינער. חוץ פון די אהרן בוהן היים לויף אין יארע 03
לשיטתי אויב די בני יעקב וועלן זיין די ווילדע קארטל,און שפילען אקעגן די מלאכים פון אנעהיים און זיי וועלען דארפען פארן צום כותל המערבי פאר דריי געימס, דער טשענסעס אף ווינאיג איז ווערי סלים ...
אפילו בדחן סטערלינג זאגט אז נאו באדי קען פערדיקט בעיסבאל...