יגרסהדותא: אוועקצוגעבן לשם מצוה
אוועקצוגעבן לשם מצוה
די עסקנים ווערן אויפגעפאדערט צו האלטן ארדערונג, מ'קען נישט אזוי אנגיין.
מורים ורבותים, איך וויל אייך אראפלייגן דעם חפץ וואס איך בין גרייט אוועקצוגעבן, און וויסן זאלט איר, גאר שווער קומט דאס מיר אן, מ'רעדט דא פון א לוח וואס כ'האב באקומען אויף פאסט, אבער דאס איז נישט סתם א לוח ווי אלע לוח'עלעך וואס קומען אן ווי רעגן פאר'ן שוועמל, דאס איז שוין "אבער" א לוח.
אויפן דעקל זעהט זיך גראד אן דאס חשיבות וואס איך טראג ביי זיי, זיי שרייבן מיט שיינע אותיות, אז דאס איז: "שי ומנחת זכרון" (איך מוז אריינהאקן א סעקונדע, איר געדענקט אוודאי ווי די ווערטער שטייט אין די תורה, אה יא, ביי א סוטה!! צוגעטראפן..) די קומענדיגע שורה איז "בברכת כתיבה וחתימה טובה" נישט פארטיג, זיי שרייבן ווייטער "לשנת גאולה", און כאטש דאס וואלט שוין לויט אלע דיעות גענוג געווען, האבן זיי זיך אראפגע'גזל'ט פון זייער טייערע צייט און צוגעשריבן "וחיים טובים"! און אט פון דעם לוח רעד איך יעצט..
דאס איז א מתנה פון, נו? איר קענט אייך נישט פארשטעלן, ניין, וואס זאגסטו? הא? איך הער נישט? אקעי, איך וועל אייך נישט אויפהאלטן, איר האט שוין אמאל געהערט פון ".... ..... ......"? די וואס מאכן יעדעס יאר א דינער מיט צענדליגער טויזענטער משתתפים? די מוסד וואס איז געגרינדעט געווארן שוין הונדערטער יאר צוריק? די מוסד וואס אירע פושקעס געפינען זיך היינט אין יעדע שטוב, און ביי אונזערע באבעס איז עס געווען דאס הייליגסטע נאכן שטערן-טיכל? יא! די מוסד, האט זיך אראפגעזעצט היי יאר ווי אלע פארגאנגענע יארן, און געשפירט, אז איך יגר'ל, מוז באקומען א לוח פון זיי, אויב נישט, זענען זיי אויס קאפעליטש מאכער..
און יעצט וויל איך הערן צו איינער מאכט נאך חוזק פון מיר.
איז אזוי, איך האב געשריבן כ'האב באקומען א לוח, באט דאס איז נישט אזוי פשוט ווי איר ווילט עס מאכן, הער איך שרייען דארט פון אינטן: איך האב אויך באקומען איך אויך, ניין, נישט אזא לוח ווי איך האב. ניתי לוח ונחזי, איך וועל עפענען מיין'ס א לוח, און מ'וועט זעהן על מה אנו דנין.
אויפן ערשטן זייט, זעהט איר גראד א העפליכן איינלאדענונג צום דינער וואס וועט פארקומען א' תולדות הבעל"ט, זיי ווייסן גאנץ גוט, אז מיר צו לאדענען, איך זאל ביי זיי א גלעזל סעלצער טרינקן, מוז דאס זיין אין מיין סקעדזשול מינומים דריי חדשים פריער, און כ'האב פאר אייך נייעס, זיי האבן געשפעטיגט! קוקט נישט אויס אז איך זאל עס קענען אריינקוועטשן אינעם סדר היום מיינע.
דערנאך א גאנצע זייט, איך מאך נישט יעצט קיין הלצות, א פול-פעדזש, איז געווידמעט מיך צו בענטשן מיט אלעם גוטן. כ'בין כמעט זיכער, אז ווען דער בלעטל האט ווען נאך אפאר שורות, העטן זיי צוגעלייגט נאך, באט, ווי געזאגט פריער, ס'איז פשוט נישט געווען קיין פלאץ. ווי גייט דער ניגון: וואלט די בלעטל גרעסער געווען, וואלטן די ברכות לענגער געוועזן..
מיר מישן אריבער ס'בלעטל, ניין! כלל נישט, איר מוזט זיך נישט אזוי איינבייגן, איך מיש און איר בלייבט זיצן גראד..
דארט אויבן אויף די רעכטע זייט, געפינט זיך דאס בילד פון די פושקע, די פושקע האט א מעשה פאר זיך, ס'איז אזוי, איר קענט אים געבן א ניקל און ער איז נישט בייז, איר קענט פון אים בארגן אויף אומבאשטימטע טערמינען, זיי האבן מיר נישט איצט געשיקט קיין פושקע, באט פון א בילד האבן זיי זיך שוין נישט געקענט ארויסדרייען.
אויף דעם בלעטל, האבן זיי מיר מיטגעשיקט א קאפי פון א אלטען היסטארישן בריוו. און איך מוז מיט באדויער זאגן, אז אפי' איך האב אין די ערשטע מינוט געמאלדן אז איך בין גרייט דעם לוח אוועקצוגעבן, איז עס אבער נאר אנעם בריוו, דאס בריוו מוז איך ארויסרייסן און אוועקלייגן. בתקוה להבנה.
דערנאך קומט א ליסטע פון דריי פיר זייטן, מיט די נעמען פון די אלע גבאים, וועד ההנהלה (הנאמנים שטייצעך..) וועד הפועל, חברי ההנהלה, וועד האברכים. ווי געזאגט, פיר זייטן מיט פיצי נעמען, ס'וואונדערט מיר, און איך האב מיך אפי' היבש דערשראקן, ווען כ'האב געזעהן און די זייט פון די פושקע ווי זיי שרייבן אז ווען די פושקע ווערט פול, רופט אריין דעם נומבער, און מיר וועלן אריבערקומען צו אייך, רבוש"ע, ס'מיינט א קלארע טרעפיק פאר לאנגע שעהן.. פארוואס טוען זיי דאס? איז דאס טאקע דער עונש פארן ניצן זייער'ס א באקסל פאר מיינע פעניס?
דערנאך קומט די אלע בריוו'ן, איך גיי נישט אריין אינעם סוף פסוק אז קיין איין בריוו האט נישט קיין: בפנינו נכתב ונחתם וכו' מיט צוויי כשר'ע באי ביתם עדות, וואס דאס אליינ'ס צייגט אז דאס איז ווערטלאז, נאר אפי' אן דעם, די בריוון זענען פאלטש! הערט וואס איך זאג אייך, און כ'העל אייך זאגן פארוואס אויך, עס אףף מיי אינפארמעישן, האט דער ירושלים'ער רב, הרב יצחק יעקב ווייס זצ"ל קיינמאל נישט געהאט א גרינע פעדער.. יא! דא אויפן ביכל ווי זיי ווייזן "כתב ידו" ווילן זיי מיר איינרעדן א קאץ אין בויך אז ער האט געשריבן מיט א גרינע-מעטשיק, געט דע העיק אַיט אףף הער..
אהה, יעצט קומט דער עיקר, יא, צו איר גלייבט יא צו נישט, ס'איז אויך א לוח!! ער רעכנט אויס אז יעדן זיבטן טאג איז שבת! ער גיי פאמעלעך טאג ביי טאג וואך ביי וואך, אזוי אז איר קענט עס אפי' נישט לייקענען, כ'מיין סתם אזוי וואלט איך זיי אויך נישט געגלייבט, אבער מיט אזויפיל הסכמות פון קדושי עליון ביזן חת"ס ולמעלה בקודש, און מיט אזויפיל גבאים און וועדי הפעולה בין איך מבטל דעתי, כאטש אפאר זאכן אין לוח האבן כלל נישט קיין פשט.
למשל? אה, איר ווייסט נישט?, יעדן דינער זייערע ווערט דערמאנט מיט גרויסע אותיות, אקעי, כ'פארשטיי, זיי מאכן דאך דעם לוח, אבער ווען זיי האבן ווען אביסל איינזעניש מיטן ציבור, וואלט אזא זאך – ווי נישט דערמאנען ווען די קרעטשמע וואלן גייען זיין – נישט פאסירט!!
איך מוז מיך אפשטעלן א רגע אויף די "מנחה מעריב" וואס זיי האבן דארט אריינגעדריקט, רבותי, לאמיר אייך עפעס אויסלערנען, מ'זאל נישט קיין טעות האבן און זאגן דעם אשרי פון מנחה אזוי ווי זיי דרוקן עס, לויט זיי גייט עס אזוי: ואתה נותן להם את אכלם בעתו: פותח את ידיך למען ירבו ימים וימי בניכם. צו ווי א בלעטל שפעטער וואס שטייט: לכל אשר יקראוהו באמת גדולות עד אין חקר. ס'האט אזא ליין אינטער דעם "אשרי", בי קערפעל.
דערנאך האט עס, יוי, ס'איז א שרעק צו רעדן דערפון, טרערן רינען פון מיינע אויגן, יענע יאר ווען זיי האבן געגרינדעט דעם "כולל שומרי החומות" אזוי קוקט עס אויס, איז געווען א שרעקליכן יאר, נעבעך, איר גייט דורך א רשימה, אוי דאס הארץ רייסט, א מגיפה איז דארט געשען, א ליסט פון 12 בלעטער מיט קדושים וטהורים, אויסגערעכנט לויט די חדשים, 4 מענטשן זענען געשטארבן ב' חשון, 8 אום ג' חשון, אוי, ס'הארץ חלישט.
און זיי ווילן נאך איך זאל מיך איינשרייבן אין זייער קרן.. ווען צוויי שורות פארדעם שטייט: יעדער וואס האט זיך איינגעשריבן איז אויסגערעכנט און די ליסט!
תכלה שנה וקללותיה..
יאפס, אטא דעם לוח בין איך גרייט אייך אוועקצוגעבן, מיטן פלעסטיק וואס קומט פארדעם מ'זאל קענען דערמיט גיין הכנות, כאפט דעם געלעגנהייט וואס מאכט זיך נאר איינמאל א יאר.
אוועקצוגעבן לשם מצוה