בבואה דבבואה לית להו

7 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2642
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
שני ספט' 03, 2007 4:16 am#1
בבואה דבבואה לית להו
אין יבמות קכ"ב ע"א שטייט:

ודלמא שד הוה א"ר יהודה אמר רב שראו לו דמות אדם אינהו נמי דמו דחזו ליה בבואה ואינהו נמי אית להו בבואה דחזו ליה בבואה דבבואה ודלמא לדידהו אית להו בבואה דבבואה אמר רבי חנינא אמר לי יונתן שידא בבואה אית להו בבואה דבבואה לית להו

און רש"י דארט איז מפרש:
בבואה דבבואה - צל צלו

איך האב פון לאנג געהערט דעם אויסדרוק "בבואה דבבואה לית להו" (אין חסידות ברענגט מען דאס א סך - אז די קליפה און ס"א האט נישט קיין מקיף הרחוק, יחידה), אבער איך האב אלעמאל געמיינט אז "בבואה" מיינט "אפשפיגלונג" אין "בבואה דבבואה" מיינט די פאל אז די אפשפיגלונג פון איין שפיגעל שפיגלט זיך אפ אין א צווייטן. אבער דא רש"י שרייבט אז דאס איז א שאטן און "בבואה דבבואה" מיינט "צל צלו".
איז נישט פארשטאנדיק - צל צלו, הכיצד? וואס איז די מציאות אז א שאטן קען אליין געבן שאטן?
שני ספט' 03, 2007 11:24 am#3
בבואה דבבואה לית להו
יעקב אלי' בראך, קענסט באשרייבן די מציאות וויאזוי אין שאטן קען מאכן אנאנדערע שאטן (אדער פשוט ברענגען דא אזא בילד)?
שני ספט' 03, 2007 6:39 pm#4
בבואה דבבואה לית להו
וויאזוי איך פארשטיי עס: יעדע שאטען האט א שטארקע טונקעלע שאטן, ווי אויך אביסל אראפציהר דערפון נאך א שאטן, אין א ליכטיגערע פארמאט. און דאס האבן נישט די שדים.
שלישי ספט' 11, 2007 12:48 am#7
בבואה דבבואה לית להו
כיוצא בדבר מצינו

איר לייענט אמאל די עונג שבת?
וויפיל מאל קענט איר טרעפן די 'שער-בלאט' פון די עונג שבת אויפן דעקל?