קידושין רינגל אפגעפונען אין מיסט קאסטן
די פאלגענדע נייעס האבן היינט געמאכט קעפ-ליניעס אויף ק.נ.א.:
ניו יארק סטעיט טרופערס האבן געפונען די פארלוירענע רינגלעך און ברעיסלעט וואס א מאנטריאלע פרוי האט בטעות אריינגעווארפן אין א מיסט-קאסטן אויפן ניו יארק טרואוועי.
דאס קאנאדישע פארפאלק איז געווען אויפן וועג אהיים פון ניו יארק סיטי ווען זיי האבן זיך אפגעשטעלט ביי א רעסט-עריע, די פרוי האט אראפגענומען אירע צירונג כדי צו וואשן די הענט, און האט דאס אריינגעשטעלט אין איינע פון די עסן בעגס וואס זי האט געהאט מיט זיך.
בעפאר זיי האבן פארלאזט דעם רעסט-עריע, האט זי אריינגעווארפן דעם בעג אינעם איבערגעפולטן מיסט-קאסטן, און הערשט אנקומענדיג אהיים אין מאנטריאל האט זי זיך געכאפט אז אירע צירונג זענען געבליבן אינעווייניג אינעם עסן-זעקל.
זיי האבן באלד אנגערופן די ניו יארק סטעיט פאליציי, און איינער פון די טרופערס איז אראפגעפארן צום רעסט-עריע אויפצוזוכן די רינגלעך.
מיט די הילף פון א צווייטער טרופער זענען זיי אריינגעקראכן אינעם איבערגעפולטן גארבעדזש קען, און דורכגענישטערט אלע שמוציגע זעקלעך ביז זיי האבן דאס ענדליך געפונען און אפגעשיקט פאר די דאנקבארע פארפאלק אין מאנטריאל.
דערווייל איז אונז נישט געלונגען צו דערגיין אויב דאס איז א אידיש פארפאלק (וואס שטימט מיטן אויסטאן רינגלעך אלס חציצה ביים וואשן נטילת ידים).