ברכת השנה

20 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2673
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
שישי ספט' 07, 2007 11:49 am#1
ברכת השנה
שטייענדיג אצינדער ערב שבת קודש נצו"י, אין די לעצטע טעג פון תשס"ח. ווען אידישע קינדער איבער די וועלט רישען זיך אפיר צו נעמען דעם סליחות אין האנט צו גיין אין בית מדרש אריין זיך אויסבעטען סליחה וכפרה ביים בורא עולם. וואלט געווען א זמן מוכשר, כנוהג שבעולם, צו אויפשארען די ארבעל און נעמען די בליי אין האנט, אפשרייבען און ארום שיקען "שנה טובה" קארטלעך פערזענליך פאר אלע גיטע פריינד.
ווייס איך אבער נישט די היים אדרעסען פון איטליכען יחיד וידיד באזינדער, איז מיר נאר פארבליבען צו מאכען דעם המלאך הגואל, איך וועל אייך אלע אריין לייגען אינטער איין טלית שכולו ברכות מעומק הלב. זאל יעדער אנעמען מיין ברכות הדיוט כאילו הייתי פורטם.

יהי רצון אז דאס יאר תשס"ט הבעל"ט זאל ברענגען פאר אלע אידען א שפע מיט ברכות אין אלע ענינים, געזינט, הויפענעס מיט נחת פון אלע קינדער, פרנסה בניקל ובריוח, א זיס און לעכטיג יאר, מען זאל נישט וויסען פון צער און עגמ"נ חלילה. מען זאל קענען דינען דעם אייבערשטען בשמחה רבה ובהרחבת הדעת. און זאל השי"ת צוהערען אלע תפילות און אויסלייזען זיין באליבט פאלק פון ביטערען גלות, בביאת משיח צדקינו בעגלא ובזמן קריב.
שישי ספט' 07, 2007 11:58 am#3
Re: ברכת השנה
נאטורליך כתב:שטייענדיג אצינדער ערב שבת קודש נצו"י, אין די לעצטע טעג פון תשס"ז. ווען אידישע קינדער איבער די וועלט רישען זיך אפיר צו נעמען דעם סליחות אין האנט צו גיין אין בית מדרש אריין זיך אויסבעטען סליחה וכפרה ביים בורא עולם. וואלט געווען א זמן מוכשר, כנוהג שבעולם, צו אויפשארען די ארבעל און נעמען די בליי אין האנט, אפשרייבען און ארום שיקען "שנה טובה" קארטלעך פערזענליך פאר אלע גיטע פריינד.
ווייס איך אבער נישט די היים אדרעסען פון איטליכען יחיד וידיד באזינדער, איז מיר נאר פארבליבען צו מאכען דעם המלאך הגואל, איך וועל אייך אלע אריין לייגען אינטער איין טלית שכולו ברכות מעומק הלב. זאל יעדער אנעמען מיין ברכות הדיוט כאילו הייתי פורטם.

יהי רצון אז דאס יאר תשס"ח הבעל"ט זאל ברענגען פאר אלע אידען א שפע מיט ברכות אין אלע ענינים, געזינט, הויפענעס מיט נחת פון אלע קינדער, פרנסה בניקל ובריוח, א זיס און לעכטיג יאר, מען זאל נישט וויסען פון צער און עגמ"נ חלילה. מען זאל קענען דינען דעם אייבערשטען בשמחה רבה ובהרחבת הדעת. און זאל השי"ת צוהערען אלע תפילות און אויסלייזען זיין באליבט פאלק פון ביטערען גלות, בביאת משיח צדקינו בעגלא ובזמן קריב.
שישי ספט' 07, 2007 12:04 pm#5
ברכת השנה
כ'כאפ נישט
האסטעך טועה געווען קודם?
אדער עפעס טיפערס?
און צום דריטן יעצט סוף יאר קומט ארויס די טאג בוך פון יאר ס"ח כככ'מיין ס"ז?
שישי ספט' 07, 2007 12:20 pm#6
ברכת השנה
אממממממממממן!!!!!!!!!

און איך וויל אויך ווינטשען א גוט געבענטשט זיס לעכטיגע יאר פאר אלע און מיר זאלן שוין זוכה זיין צו דעם "השנה" בבג"צ בב"א
שישי ספט' 07, 2007 2:00 pm#7
ברכת השנה
כא שוין שיער אנגעפאנגען טראכטן אז איך בין גאר משוגע, אבער כ'זעה אז ער האט שוין צוריק געצויגן.

אמן ואמן.

און איך וועל אויך מצרף זיין ברכה פאר אלע חברים דא, און ווי אויך פאר אלע יודישע קינדער, א זיס און לעכטיג יאר, ביז מיר וועלן דערלעבן במהרה ביאת גואלינו, ומלכינו בראשינו אמן.
שישי ספט' 07, 2007 2:05 pm#8
ברכת השנה
אמן גם ברוך תתברוך



(איך האב ארויס גענימען מיין קאלענדער צי קוקען וואסערע יאר יעצט איז אויב איך בין משיגע)
שישי ספט' 07, 2007 3:05 pm#9
ברכת השנה
נאטירליך דיין ברכת השנה דארף מען אריין לייגן אין צייטונג. והמתברך יברך. אלע ברכות זאל מקויים ווערן אמן ואמן
שישי ספט' 07, 2007 6:02 pm#10
ברכת השנה
טאקע א פאסיגע זאך

וואס האב איך דען צוצולייגן, ווי שרייבט דארפסמאן? ברוך תתברוך
ראשון ספט' 09, 2007 12:06 am#11
ברכת השנה
אמן ואמן. וה"מברך" י"ת"ברך.

אגב, דער אשכול באלאנגט אין "פאוסט-דעיטעד" אשכול... ודו"ק.
ראשון ספט' 09, 2007 8:59 pm#13
ברכת השנה
אמן א גוט געבענטשט יאר אויף אייך אויך, און אויף אלע אידען בכל מקום שהם,
שני ספט' 10, 2007 12:53 pm#14
ברכת השנה
צו מיינע אלע גוטע פריינד און לערערס, איך וואונטש אייך אלע א זיס און לעכטיג יאר, און איר זאלט האבן א פריילעך יאר, עס זאל מקוים ווערן דער ראשי תיבות פונעם יאר, ת'הא ש'נת ס'או ח'חחחחח.
שני ספט' 10, 2007 1:58 pm#15
ברכת השנה
צו אלע תושבי און חברי ה'קרעטשמע,

לכבוד דעם נייעם יאר תשס"ח וויל איך דא ווינשטן פאר יעדעם איינעם א זיס און לעכטיג יאר, א געבענטשט יאר, נאר שמחה א גאנץ לעבן, מ'זאלמיר געהאלפן ווערן מיט כל משאלות לבינו לטובה, און ס'זאל שוין זיין דעם "ה"שנה, ווי מיר וועלן זוכה זיין צום גואל צדק במהרה בימינו אמן.

היות שכרטיסי "לשנה טובה ומתוקה" פרטיות אין אנו משלחים, על כן יהי' נא בעיניכם כאילו הייתי שולחם,
שני ספט' 10, 2007 2:24 pm#16
ברכת השנה
צייטליך כתב:היות שכרטיסי "לשנה טובה ומתוקה" פרטיות אין אנו משלחים, על כן יהי' נא בעיניכם כאילו הייתי שולחם,


דא קענט איר באקומען פאר ביליג לשנה טובה קארטלעך
שלישי ספט' 11, 2007 12:23 pm#17
ברכת השנה
א גוט געבענטשט יאר פאר אונז אלע, זאלן מיר אלע זוכה זיין צו א כתיבה וחתימה טובה, א שנה טובה ומתוקה,
ונכתב ונחתם בספרן של צדיקים גמורים לאלתר לחיים ושלום,
און לאמיר נישט פארגעסן צו בעטן, אז דער רבש"ע, אונזער טאטע זאל אויכעט שוין זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר, א שנת גאולה וישועה, בביאת גואל צדק בב"א.
וויזוי פלעגן אונזערע רבי'ס זאגן? דער אייבערשטער זאל זיך שוין אליינס אויסלייזן.

און יעצט אלע צוזאמען אוי..........בספר חיים ברכה ושלום, ופרנסה טובה וגזירות טובות, ישעות ונחמות, נזכר ונכתב לפניך אנחנו.........
אוי אנחנו וכל עמך בית ישראל , לחיים טובים ולשלום......העכער לעבעדעג.......
שלישי ספט' 11, 2007 3:22 pm#18
ברכת השנה
שטייענדיג אין די לעצטע שעות פונעם יאר, איז גאר פאסיג אנצואווינטשן אלע טייערע חברים און קאלעגע קרעטשמעריסטן א זיס און לעכטיג יאהר, תכלה שנה וקללותיה תחל שנה וברכותיה, זאלן מיר אלע זוכה זיין צו א שנה טובה ומתוקה "לשנה טובה תכתבו ותחתמו לאלתר לחיים טובים ארוכים ולשלום"!
שלישי ספט' 11, 2007 3:24 pm#19
ברכת השנה
גם אני מצטרף צו אלע ברכות וואס זענען שוין געשריבן געווארן, און וואס גייען געשריבן ווערן, אין דעם אשכול.
שלישי ספט' 11, 2007 6:27 pm#20
ברכת השנה
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלטר לחיים טובים ולשלום אין א גיט געבענטש יאר פאר אלע אידן דא אין קרעטשמע בפרט און גאנץ כלל ישראל בכלל