אילוני ממרא, איל פארן, אבל השטים - מישור
מילער;
אט אט גיי איך ווייטער טראכטן, און אז דו טראכסט צו שרייבן אז מ'דארף עס נישט שרייבן, טראכט איך דיר צו זאגן א שיין ווערטל וואס איך האב נעכטן געהערט פון א רב מפורסם, בזה"ל, "נישט אלעס וואס מ'טראכט ברויך מען שרייבן" אם קבלה היא לא נקבל, ווייל איך וויל דייקא יא הערן אלעס וואס דו טראכסט, און אז נישט אלעס כאטש עפעס, אלזא, טראכט נישט אזוי סאך, און שרייב אראפ אלע דיינע טראכטונגען, אז ס'זאל טראסקענען דא ווי ס'דארף צו זען.
זארעכ;
מרוב חריפות יחדל הפשט, טענה'סטו?
די משמשים גיבן איבער, אז דער רבי האט געבעטן, מ'זאל אים לאזן זיך בעסער מסביר זיין, כדלהלן.
[וזלה"ק, נמסר אות באות ומלה במלה ותיבה בתיבה תג בתג וקוץ ודרדר תצמיח בה].
דאס וואס בארג מיינט, איז דאך פשוט, שיפוע וגובה וראש, מ'ווייס מיר אלע ב"ה דאס, זינט די מאמע זאל זיין געזונט, האט אונז מאמע לשון געלערנט.
מיין מוטשעניש איז אזוי, וואס איז דער אנטאנים פון בארג, דהיינו, מיר טרעפן אין שפראך, אנגעהויבן פונעם מקור השפראך אין אונזער היילגע תורה, געענדיגט ביי אונזער אידיש, דריי אויסדרוקן אויף לאנד טיילן, 1) בארג - הר, גבעה, 2) טאל - בקעה, ערבה, עמק, גיא, 3) מישור - פלוין, פלאכלאנד.
איז מיר שווער געווען, צי די דריי מיינט יעדע איינס עפעס אנדערש, אדער לאו דוקא, אויפוואקסנדיג אלס אינגל אין חדר, ווען מ'האט גערעדט פון א טאל האט מיר דאס אייביג אויסגעקוקט, ווי א שיפע לאך אריין אין די ערד אראפ פון בארג.
לערנענדיג יציאות השבת און עירובין, פון רש"י דארט דף [איך געדענק שוין נישט], האט זיך מיר אנטפלעקט א נייע וועלט, אז בקעה מיינט א גראד פלאץ, נאר, ס'איז פונקט לעבן בערג, האט עס א נייע נאמען, פיין אנטדעקט אמעריטשקע ווי זארעכ זאגט, [איי שלמה המלך האט דאך שוין געשיקט קיין אופיר-פערו שוין 3000 יאר צוריק, ענטפערן די חכמים אז, האט דאך אים עס געדויערט 3 יאר, און אונז מאך מיר עס אין אפאר שעה, קומט אויס אז יש דבר חדש תחת עובדי השמש רח"ל], אויב אזוי, וואס איז מישור? אויף דעם האט מען פרובירט זאגן, אז אויב איז עס א לאנגע שטח וואס ציט זיך אויף מיילן גראד און פלאך, נישט זעענדיג מיטן אויג קיינע בערג, וועט דאס הייסן א פלוין, ווידער אויב זעסטו לעבן דעם א מחיצה, למעלה איז דאס שוין נישט קיין מישור, וואס יא א טאל און די מחיצה ארויף א בארג. [אזוי ווי דער רמב"ן פרעגט אין עירובין, פארוואס יעדע בקעה איז נישט קיין עירוב ווייל ס'איז דאך מוקף מחיצות מיט די גבעות אשורנו].
אין אנדער ווערטער, א פלוין און א טאל איז היינו הך, די חילוק איז נאר אין זייערע נאנטביי [קרעדיט קרעמער איבערטייטש פון ענגליש] נאכטבארן.
און וואס איז די אנטאנים פון פלוין-טאל, וואס ווייזט אויף פלאך-גראד, הוי אומר זו בארג, וואס ווייזט אויף שיפוע-שיף.. יעצט ווען מ'וויל רעדן פון די פארקערטע פון בארג, און עס ארויסברענגן בתוקפו, וואלט געפאסט אממערסטנס צו נוצן די אויסדרוק פלוין, וואס דאס באצייכנט די גראדקייט זייער ארויסשטארנדיג.
אינעם צווייטן פשט, האט דער רבי געוואלט לערנען אנדערש, זעענדיג איבעראל, אין די פסוקים און אין די שפראך באנוצעריי, ווי מ'נוצט געווענליך יא, בערג און טאלן, קען מען אפשר זאגן, אז ס'ליגט יא דערין א טיפערע אפשייד צווישן זיי, ווי נאר דאס אז ער דער גראדער פלוין איז צופעליג לעבן א בערגל, ניין די חילוק פון די ביידע וועט זיין, אין איין ווארט, אונטן אדער אויבן, א בארג מיינט אויבן און א טאל אונטן, ווען דו וועסט האבן צוויי שטיקלעך לאנד איינס לעבן דאס אנדערע, און איינס העכער פון דאס אנדערע, דאן ויקרא שמו בישראל להגדול בארג ולהקטן בקעה.
און ס'וועט נישט אויסמאכן, אויב דער בארג וועט ארויפגיין גראד ווי א וואנט, פון אלע זייטן, און אויבן אויפן בארג וועט זיין גראד, פאר א מייל גרויס, ווילאנג ער איז צוקאפנס איז עס נאך אלס מר. בארג, און דאס זעלבע מיטן טאל, אויב דער טאל וועט זיין שפיציג און שיף אראפ, [באקאנט אין ענגליש די טערמינען פון א U VALLEY און א V VALLEY], אדער גראד און לאנג, אויב איז ער אונטן צופוסנס איז ער מר. טאל.
און א פלוין, האט מיט די צוויי קיין שייכות, ווארן ער האט דאך נישט קיין שכן דערנעבן, וואס זאל אים אויסזאגן צי ער איז אויבן אדער אונטן, בלייבט ער נעבעך דער פשוטער פלוין אזוי פלעין ווי ער איז, אנעם טיטל מר.......
דא האט דער רבי צוגעלייגט א ווארט, וואס האט געקענט זיך אויסטייטשן פאר נישט ריכטיג, ווייל אויב די גאנצע חילוק, פון בארג און טאל, איז אויבן אדער אונטן, קומט דאך אויס אז דער עצם זאך איז דער שפיץ דערפון, אבער דער אמצעי וואס פירט צו ביידע שפיצן איז נאר די היכי תמצא וויאזוי ס'זאל ארויקומען די צוויי באגריפן אין מינדליכן זין פון רעאליטעט, און אין ווירקליכן זין פון פאקט, אויב אזוי איז דער שיפוע, הן דער משמש פארן בארג און הן דער משמש פארן טאל, און ווען איינער וועט וואוינען ביים עק טאל, וואס איז שוין אביסל שיף ארויף צום בארג, וועט מען נאך אלס קענען זאגן אז ער וואוינט אין טאל, נישט אויפן בארג, ווייל קעגן בארג איז עס טאל, למעשה אבער ווייס איך אז דער בארג האט זוכה געווען אין אים, און מ'וועט באצייכענען די שיפוע אלס ההר, און דאס איז א מילתא בטעמא, ווייל נארמאל איז דאך גראד דארט איז דאך געווענליך וואוינבאר, און ווי עפעס שיף, איז שוין בארג.
אין רש"י אין עקב ביי הרים ובקעות טייטשט רש"י, בקעות = מישור, וואס פון דעם קען מען ארויסנעמען אז אמאל מיינט דער אויסרוק ארויסצוברענגן, דייקא דעם גראדקייט חלק, נישט דען אונטן חלק, און דאס מיינט רש"י צו באצייכענען, איז ביידע וועגן אביסל אמת.
אבער בעצם קען מען נאך אסאך טראכטן דא, איז טאקע א טאל נידריג?, אדער נאר נידריגער פון בארג, כלומר; א טאל קען דאך זיין ביי די 10000 פיס אין די הייעך, און דאך הייסן טאל, אויב די בערג דארט וועלן זיין 200000 פיס הויעך, שפיצנדיג זיך ארום און ארום, און אינדערמיט א לעכל אראפ א גראדער שטיקל לאנד, עדיין טאל היא, און די זעלבע פארקערט, אויב א בארג וועט זיין 5000 פיס הויך, וועט דער טאל זיין ביים ים פלאך, נאכמער, דער באקאנטער אמעריקאנע טויטער טאל, באקאנט אלס די נידריגסטע פלאץ אין לאנד, ביי עטליכע הונדערט פיס טיפער פונעם ים פלאך, דארף נישט מער ווי דער ארום זאל נאר זיין שיף ארויף ביזן ים פלאך כדי דאס זאל זיין א טאל.
און וואס וועט זיין, ביי אזא א געשיכטע, האלטס קאפ, א בערגל הויך 290000 פיס, יא? צופוסנס, [ מ'זאל נישט מיינען ס'איז א קאוד, שרייב איך ארויס קעגן די פארהייליגטע דקדוק כלל אז מ'טאר נישט שרייבן אן עי"ן, אזוי "צופיסענס"] וועט זיין א שיינער גראדער טאל, יעצט ביים דרום עק פונעם טאל, גייט דער טאל אראפפאלן אפאר טויזענט פוס שיין שיף אראפ, פארמירנדיג א הערליכע אויג-פארכאפנדע אטעם-אפשטעלנדע פאנאראמע, וועט אויסקומען הר על גבי הר בבחי' גג על גג, וביניהם טאל, כל' הכתוב, בקעה מצאו בה, מ'האט געטראפן א טעל געסענדוויטשט צווישן צוויי בערג, וואס וועט דאן זיין דער דין פונעם צווייטן שטאק, בארג? טאל? פלוין? גארנישט? [בקרעטשמע סתם משוגע]?, [בפיליסופי' הארורה אפשר גשם שישי גאר]?
אין ענגליש הייסט דאס דאכט זיך א HANGING VALLEY, דאס איז דאך פארט א טאל, און טאל בלייבט טאל, צווישן וואס ס'זאל נאר זיין, נאר וואס יא, קענסט נישט אנצייכענען צי ער איז אויבן צי אונטן, ער איז יעדע איינס עקסטער, און ביידע, און קיין איינס פון די צוויי, אן איבערצייג צום ערשטן אדער צווייטן פשט [יעצט איז אלעס איין גרויסע פשט].
איך וועל מוזן מפסיק זיין יעצט, יעדער קען ציען די שטריק דעם בארג און טאל ווייטער וויאזוי ס'שמעקט אים...............