הויפט זייט » די היימישע קרעטשמע » היימישע קרעטשמע » דער א"ב וועלט - המבואר והמפורש

דער א"ב וועלט - המבואר והמפורש

20 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2822
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
שני אוק' 22, 2007 1:59 pm#1
דער א"ב וועלט - המבואר והמפורש
לכבוד די חשוב'ע רעדאקציע, צום אפטיילונג "ביי מיר האט דאס פאסירט".

אחדשה"ט, לויב ווערטער אויף אייער אפטיילונג איז גענצליך איבעריג. דערפאר וועל איך טאקע זיך האלטן דאס מויל.

די מעשה וואס איך שיק אייך דא אריין, איז אן אמת'ע פאסירונג, בלויז געציילטע נעמען זענען אויפגעטוישט געווארן צוליב פארשטענדליכע סיבות.

דער פאסירונג ווערט דערציילט אין פארשידענע נוסחאות, אבער היות כ'האב דאס אליינס מיטגעלעבט, וויל איך דא דערציילן דברים כהוויתן.

געווען איז אמאל א קליין יונגל, ער האט געהייסן "אלף". דער אלף איז נאך געווען א קליינע יונגעלע, און ער האט נאך אפילו נישט געהאט קיין שיך אויף זיינע קליינע פיסעלעך.

דער קליינער אלף פלעגט זיך יעדן טאג שפילן מיט זיין "בּית" בּייק, און ער האט געהאט אסאך פאן. אויך האט ער געהאט א שכן וואס האט געהייסן "בית", און דער אלף פלעגט זיך אסאך מאל שפילן מיט ווייס.

איינמאל האט דער יונגל געזאגט פאר'ן טאטן: טאטי, איך וויל שוין גיין אין חדר. איך בין שוין אזוי גרויס... פליז טאטי, לאמיך גיין אין חדר...

דער טאטע האט געזען אז דער אלף איז שוין טאקע "גימל" גרויס, און ער האט שוין גרויסע פיס, איז ער געגאנגען אין שיך סטאר און אים געקויפט שיינע שיכלעך פאר די גימל פיסלעך.

נאכדעם האט מען גערופן א טעקסי, און דער "דלת" דרייווער האט אפגעפירט דעם אלף יונגל אין חדר אריין.

דארט אין חדר איז געווען א "הא" טישל. ס'האט געהייסן אויף דעם נאמען, ווייל ס'האט געהאט א צעבראכענע פיסל, און אלע קינדער האבן שוין געוואוסט אז אויף יענעם טיש טאר מען נישט ארויפגיין, ווייל מ'קען ח"ו אראפפאלן.

אבער אלף'ל איז נאך געווען א נייע יונגל, און ער האט נישט געוואוסט. איז ער ארויפגעקראכן אויף דעם "הא" טישל, און ער איז נעבעך אראפגעפאלן און זיך גוט צעקלאפט.

מ'האט שנעל גערופן די הצלה, און די הצלה איז געקומען "צופליען". זיי האבן "געריסן שטיקער" און געמאכט די "לעלאס" מיט די "בליצערס", און "ביז א סעקונדע" זענען זיי שוין דארט געווען.

די הצלה מענטשן האבן ארויפגעלייגט דעם אלף יונגל אויפ'ן "ואו" בעטל, און מ'האט אים אריינגעפירט אין שפיטאל.

דארט אין שפיטאל האבן די דאקטוירים געפיקסט זיין פיס, און ער האט שוין געקענט אביסל גוט גייט מיט די פיס, אבער נאכנישט אינגאנצן, ווייל ער האט אביסל געהינקעט, אזוי ווי א "זין". אפאר וואכן האט ער געהאט א "זין" פיס, ביז מ'האט אראפגענומען די גיפס, און ער האט שוין געהאט א געהעריגע פיס.

נאכדעם איז געקומען א "פיקסער מען", און ער האט געפיקסט די טיש. אזוי איז די "הא" טיש געווארן א "חית" טיש, ווייל אלע פיסלעך זענען שוין געווען גוט.


פארהאנג פאלט...

*

צווייטע סצענע

ווען די סצענע עפנט זיך, זעען מיר א איד, ר' טובי', וואס ער טיילט "טית" טיי פאר אלע יונגעלעך.

אלע יונגלעך זענען געקומען צו לויפן צו ר' טובי', און ר' טובי' האט פאר יעדן געגעבן א טית טיי. אויך האט ער געהאט א טעלער מיט קליינע קאצקע צוקערלעך, אזוי ווי א "יוד", און ער האט געגעבן די יודעלע קאצקע צוקערס פאר ווער ס'האט געדארפט.

ווער ס'האט געזאגט שיין הויך א ברכה, האט געקענט באקומען א קיכעלע. ס'איז געווען צוויי מיני קיכעלעך, א "כּף" קיכעלע, מיט א טשאקאלד טשיפ אינמיטן, און א "כף" קיכעלע, אן די טשאקאלאד טשיפ אינמיטן. דער "אלף" יונגל (איינער געדענקט אים נאך פון די פריערדיגע סצענע?...) האט גענומען א "כּף" קיכעלע, ווייל ער האט זייער ליב געהאט טשאקאלאד טשיפ.


פארהאנג צערייסט זיך...

*

דריטע סצענע

עס איז שוין געווען אכט אזייגער אינמיטן די נאכט... דער אלף יונגעלע האט נישט געקענט איינשלאפן, און ער איז ארויסגעגאנגען אויפ'ן גאס.

אויפ'ן גאס האט ער געזען אז ס'איז טונקל, און ס'האט שוין אפילו געארבעט די "ענדע כף" לעקטער אויפ'ן גאס. ער האט אבער נישט געוואלט פאלגן דעם יצר טוב, אפילו ער האט געוואוסט אז זיין מאמע לאזט נישט ארויסגיין אויפ'ן גאס.
ער איז אזוי געגאנגען און געגאנגען און געגאנגען, ביז ער איז אנגעקומען צו א וואלד, און אינמיטן די וואלד איז געווען א וואסער. ביי די וואסער האט ער געזען א "למד" קאטשקע, און ער האט זיך זייער שטארק דערשראקן. ער האט געזוכט וויאזוי מ'קען ארויסגיין פון וואלד, און ער האט נישט געטראפן דעם וועג ארויס.

ענדליך האט ער באמערקט אז די וואלד איז אזוי ווי א "מים", ס'איז אביסל אפן ביי די זייט, און פון דארט איז ער ארויסגעגאנגען, און ער איז שנעל אהיימגעגאנגען.

זיין מאמע האט אים גוט אנגעשריגן, און האט אים איינגעשפארט אין שטוב, אזוי ווי אן "ענדע מים", אז ער זאל נישט קענען ארויסגיין פון שטוב.


פארהאנג ווערט פארשמירט פון טשאקאלאד טשיפ...

*

פערטע סצענע

דער אלף יונגעלע איז געזיצן ביים טיש, אזוי ווי א "נון", און ער האט גע'חלומ'ט. ער האט גארנישט געטייטלט, און נישט אויסגעהערט וואס דער רבי זאגט.

דער רבי האט גענומען אן "ענדע נון" שטעקן, און ער האט גוט אנגעשלאגן אלף'ל. אלף'ל האט אביסל געוויינט, און נאכדעם האט ער זיך אפגעווישט די אויגן מיט א "סמך" טישו.

מיט א וואס? יא, מיט א "סמך" טישו...

ביי ריסעס איז אלף'ל ארויסגעגאנגען אויפ'ן גאס, און ער האט זיך געשפילט. ער איז ארויפגעגאנגען אויף די "עין" סי-סאו, און ער האט געמאכט א לעבן.


פארהאנג איז אפן, די זון שיינט אריין...

*

פינפטע סצענע

נאכדעם איז מען געגאנגען צו א "קרישמע ליינען", און מ'האט געטיילט "פּא" פּעקעלעך. אין די פעקל איז געווען א טשומגאם, א לאלי, און אויך האט מען געגעבן "פא" פאקסי-פּאַפּס.

אלף האט געמאכט א שיינע ברכה, און דער רבי האט געזאגט אז ער איז א גרויסע "צדיק". נאכדעם איז מען ארויפגעגאנגען די "ענדע צדיק" סטעפסעס אויפ'ן באס, און מ'איז צוריקגעפארן אין חדר.

אויפ'ן וועג האבן זיי געזען א "קוף" קאר, וואס א גוי האט געדרייווט. די פענסטער איז געווען אפן, און זיי האבן געהערט אז די "ריש" ראדיא ארבעט זייער הויך. קודם האבן זיי געשריגן "פתח שין שא", אבער ווען זיי האבן געזען אז ס'ווערט נישט שטילער, האבן זיי ארויפגעלייגט די הענט אויף די אויערן און זיי האבן מער נישט געהערט.

די קינדער האבן זיך זייער שטארק געפריידט מיט די "שין" שמחה וואס זיי האבן היינט געהאט, און זיי האבן געזונגען די "תיו" ניגון פון טוב לי תורת פיך.

פארהאנג איז קיינמאל נישט דא געווען...

*

גענומען אן רשות פון מערכת "דער א"ב וועלט", ותשואות חא חא לו...
שני אוק' 22, 2007 2:04 pm#2
דער א"ב וועלט - המבואר והמפורש
ביסט געזיצן און אראפגעקלאפט די גאנצע מעשה נאר פאר אונז?? מוראדיג.

גראדע, דיין מעשה קומט נאר צו לקרסילי רגליו פון די "א"ב וועלט", ס'ענדלט זייער שטארק, העסטו ווען געווען שמעלצער אליין וואלסטו אויך אריינגעלייגט קאלירפולע פיקטשערס.

ועכשיו שלא זכינו
שני אוק' 22, 2007 2:11 pm#4
דער א"ב וועלט - המבואר והמפורש
כ'האב נאך קיינמאל נישט געהערט די טעיפ, פונעם למ"ד קאטשקע האביך שוין גראדע יא געהערט..

איין ווארט:
מאשקע, ביזט מאשקע!

מאשקע מאשקע מאשקע מאשקע מאשקע
שני אוק' 22, 2007 2:24 pm#6
דער א"ב וועלט - המבואר והמפורש
איך בין געווען א ינגעל ווען די אלע בית וועלט איז ארויס געקימען אין א עלטערע איד (א געוועזענע מלמד) האט זיך זייער גערעגט אויף דעי טעפ ,ער האט געזאגט אז מען מאכט חוזק פין אלעף בית
שני אוק' 22, 2007 2:28 pm#7
דער א"ב וועלט - המבואר והמפורש
וואס איז היצטערט די סטאטוס פונעם פארהאנג?


זייער גוט מאשקע, אלע מיינע סמך טישוס זענען פארנוצט געווארן ביים לעזן, וואס? יא סמך טישוס אזוי ווי די הערסט.
שני אוק' 22, 2007 2:58 pm#8
דער א"ב וועלט - המבואר והמפורש
מאשקע, דאס מאל וועל איך זיך נוהג זיין אנדערשט ווי אלעמאל, און כ'וועל דיר געבן א פסק אנשטאט א קאמפלימענט...

זאג נאר, מאשקע זיסער, ביי דיר האט דאס טאקע פאסירט? ביסטו אינגאנצן פארוקט? ביסט אינגאנצן מעשוגע? צו וואס?

מעשוגע איז דער וואס נעמט אריין די סארט קאסעטן אינדערהיים! ולאו עכברא גנב אלא חורא... די פערפאסער פון די סארט קאסעטן ווייסן שוין איינמאל גוט אז די סארט שטאף זענען בעסט סעלערס, וואלט מען געווען זיך איינגעהאלטן און נישט זיך איינגעהאנדעלט די סארט קאסעטן, וואלטן זיי נאך די ערשטע אויסגאבע אראפגעשלונגען זייערע בויך קרעמפן אין זיך און נישט מעשוגע געמאכט כלל ישראל!...

ניין, איך וועל זיך נישט אריינלאזן היצט, אויפן מאמענט, צי די סארט אויפנים פון לערנען "אל"ף בי"ת" מיט תשב"ר שלא טעמו טעם חטא איז אויסגעהאלטן צי נישט, איך וועל זיך גיכער באציען צי דעם גייסטיגן שפלות און צומצם המוח וואס די סארט קאסעטן טוען אנזייען אין די יונגע שעפעלעך.

די תוצאות פון די סארט קאסעטן און מעטאדן זענען גאנץ איינפאך, אנשטאט צו נעמען דעם קינד'ס מח און דאס ארויפברענגען צו א נארמאלן העכערן לעוועל, לויט זיין עלטער, טוען די דאזיגע מעטאדן דאס פארקערטע! עס פארהאקט און פארקלאפט דעם קינדס מח און דערנידערט אים אויף א לעוועל-צוויי נידריגער, און נאכדעם וואונדערט מען זיך פארוואס מ'זעט אינגעלייט'לעך וועלכע זענען מעשוגע פאר לעלאס... יא, זיי זענען מיט א פאר יאר צוריק געבליבן, זיי האלטן נאך אצינד אין כתה א', ווייל אין כתה א' האט מען זיי צוריק געבעקט צי פרי-נוירסערי... (הגם, דער חשבון שטימט נישט אזוי פונקטליך, אבער אפ"ל אז יעדעס יאר זענען זיי צוריק געפאלן דאפעלט, ודו"ק).
שני אוק' 22, 2007 3:37 pm#9
דער א"ב וועלט - המבואר והמפורש
נעקסט אפ: מאשקע'לע פליט....

"מים" מאשקע, נאך א מזל אז איך האב געהערט דעם "טית" טעיפ, ווען נישט וואלט איך געמיינט אדיביסט פון זונען אראפ (עז איף דו ביזט אמאל דארט געווען)....

דער עיקר איז אז דו האסט מיך געמאכט זיך "קיף" קאטשען פאר "גימל" גע "למד" לעכטער....

"פּא" פינטל.


זארעכ, דו העצט מיך אויף. מען דארף נעמען א "שין " שטעקן און אריינהויבן אפאר "קיף" קלעפ פאר דעם "שין" שמעלצער... "עין" עה "נין" נישט "מים" ממש "אלף" אזוי, כ'האב נאר געמאכט א "ואו" וויץ....

אבער דו ביזט נאכאלץ "גימל" גערעכט.

אקעי הער שוין "אלף" אויף! דו גייסט שוין מיט דעם וויץ אויף די "נין" נערוון!...


"בית" ביי.

עה, פלעין ביי.
שני אוק' 22, 2007 3:55 pm#10
דער א"ב וועלט - המבואר והמפורש
זארעכפעפער ביסט הינדערט פארצענט גערעכט דאס האב איך געוואלט ארויס ברענגען , די עלטערע אידן פון אמאל האבען זיך גערעגט אויף דעם
שני אוק' 22, 2007 4:58 pm#12
דער א"ב וועלט - המבואר והמפורש
מאשקע, דעם בעק דעקל האסטו אינגאנצן אויסגעלאזט, איך פלעג שעות אויף שעות זיכן דארטן אלע אל"ף בי"ת קערעקטאר'ס.

יישר כח פארן מיר דערמאנען זיסע קינדערישע זכרונות, און ארויפלייגן א שמייכל אויף מיין פרצוף, יו ראק (פרעג מיין באסס ער שעלט נאך איצט פארוואס איך שריי פאר געלעכטער).

און זארעך יענטאאש דארפסמאן, איך דינג מיך אלל די וועי מיט ענקער שיטה, פארוואס זאג איך אייך דאס ווייל איך ווילט אז איר זאלט וויסן, איך האב עס געליינט מיט דארשט (צווישן סעסעמי סטריט און קעט אין די העט) און הנאה געהאט, אמת עברי קען איך נישט פון דעם, אבער צו לעלוס האב איך היינט נישט קיין תאוה נישט, און עס איז זיכער נישט ערגער פון די אלע נערישע סטופיד גוי'אישע ביכלעך וואס מען נעמט אריין אין שטוב.
שני אוק' 22, 2007 6:28 pm#13
דער א"ב וועלט - המבואר והמפורש
מאשקע;

דער ארטיקל איז א סימן אז דו האלטסט אויף א וועג...

יענטאאש איז צום ערשטן מאל בארימט געווארן נאכן צולייגן אברהמ'עלע מלמד...

----
זארעך & דארפסמאן;

כ'ווייס פון אן עלטערן מורה הוראה וואס האט אראפגעשליידערט דעם ספעציפישן טעיפ פון זיין טיש, בעת איינער איז אים געקומען אנפרעגן אויף די כשרות דערפון.
שני אוק' 22, 2007 10:40 pm#14
דער א"ב וועלט - המבואר והמפורש
א'ז מאשקע נעמט זיך די מיה צו געבן א שרייב.
ב'רויך איך נישט און איך קען אפילו נישט געבן א שטיל בלייב.
ג'וט וואלט ווען געווען ווען איך האב כח און געדולד.
ד'יר פונעם גאנצן אלף בית מאכן א גראמען שילד.
ה'עטעך ווען געוואוסט אז איך וועל עס אדוירך מאכן.
ו'ואלט איך אפשר יא זיך אונטער גענומען אט די זאכן.
ז'עסטעך אבער ווי שווער ס'קומט מיר אן.
ח'האלט קוים ביי חית און איך ווייס שוין נישט וואס ווייטער צו טאן.
ט'ריי איך כאטש אנצוקומען ביז יוד.
י'עצט האפעך אז איך האב מיך ארויס געברענגט גוט.
כ'וועל גיין אביסל ווייטער.
ל'אמיר פראבירן כאטש ס'גייט היבש שטייטער.
מ'יט אט די איידיע ברענג איך ארויס מיין עקסטאז.
נ'אר פאר דיר ארויס צו ברענגען א שכוח פארן ניצן דעם קיבארד און נישט די מייז.
ס'אטש אן איידיע אראפ צו קלאפן אלע אלף בית אויף די קיבארד קנעפלעך.
ע'כטע מעשה וואס מיט דיר האט פאסירט ס'זאל נישט פאלן אויף נאך אידישע קעפעלעך.
פ'ון דא און ווייטער האפעך ס'וועט מיר גיין גרינגער.
צ'וקלאפט זענען שוין מיינע פינגער.
ק'וק וואס דו האסט פון מיר ארויס געשלעפט.
ר'וב אלף בית זענען שוין אויפן סקרין ארויף געקלעפט.
ש'וין מיט דעם טוה איך ענדיגן און איך רוף אויס הויעך.
ת'הא תגובתי זאת פאר מאשקע'ן ארויס צו זאגן א גרויסן שכוח.
שני אוק' 22, 2007 11:11 pm#15
דער א"ב וועלט - המבואר והמפורש
איכער, שכוח פאר'ן באזונדערן אנשטרעגונג.

*

זארעכ, איך קען וויסן וואס דו ווילסט פון מיר? דו געסט "מיר" א פסק ווייל "מיין טאטע" האט געקויפט דעם טעיפ מיט א צירקע (נישט פארמישן מיט סקיצע...) צוואנציג יאר צוריק?...
שלישי אוק' 23, 2007 12:09 am#16
דער א"ב וועלט - המבואר והמפורש
כ'אב געקויפט דעם קאסעטע א האלב יאר צוריק אין בורא פארק ביי די קארנער, דארט ווי שמעלצער איז מיך נאכגעלאפן איך זאל עס מיר קויפן צוזאגנדיג אז איך וועל הנאה האבן. למעשה מיינע קינדערלאך האבן מורא פון דעם טעיפ קיינער וויל עס נשט הערן, צו שרעקעוודיג פאר זיי
שלישי אוק' 23, 2007 1:49 am#17
דער א"ב וועלט - המבואר והמפורש
איך_הער כתב:א'ז מאשקע נעמט זיך די מיה צו געבן א שרייב.
ב'רויך איך נישט און איך קען אפילו נישט געבן א שטיל בלייב.
ג'וט וואלט ווען געווען ווען איך האב כח און געדולד.
ד'יר פונעם גאנצן אלף בית מאכן א גראמען שילד.
ה'עטעך ווען געוואוסט אז איך וועל עס אדוירך מאכן.
ו'ואלט איך אפשר יא זיך אונטער גענומען אט די זאכן.
ז'עסטעך אבער ווי שווער ס'קומט מיר אן.
ח'האלט קוים ביי חית און איך ווייס שוין נישט וואס ווייטער צו טאן.
ט'ריי איך כאטש אנצוקומען ביז יוד.
י'עצט האפעך אז איך האב מיך ארויס געברענגט גוט.
כ'וועל גיין אביסל ווייטער.
ל'אמיר פראבירן כאטש ס'גייט היבש שטייטער.
מ'יט אט די איידיע ברענג איך ארויס מיין עקסטאז.
נ'אר פאר דיר ארויס צו ברענגען א שכוח פארן ניצן דעם קיבארד און נישט די מייז.
ס'אטש אן איידיע אראפ צו קלאפן אלע אלף בית אויף די קיבארד קנעפלעך.
ע'כטע מעשה וואס מיט דיר האט פאסירט ס'זאל נישט פאלן אויף נאך אידישע קעפעלעך.
פ'ון דא און ווייטער האפעך ס'וועט מיר גיין גרינגער.
צ'וקלאפט זענען שוין מיינע פינגער.
ק'וק וואס דו האסט פון מיר ארויס געשלעפט.
ר'וב אלף בית זענען שוין אויפן סקרין ארויף געקלעפט.
ש'וין מיט דעם טוה איך ענדיגן און איך רוף אויס הויעך.
ת'הא תגובתי זאת פאר מאשקע'ן ארויס צו זאגן א גרויסן שכוח.


WOW
קענסטעך יא
שלישי אוק' 23, 2007 5:10 pm#20
דער א"ב וועלט - המבואר והמפורש
לאקשען ברעט די האסט קיינמאל נישט געוויסט אז איכהער קען גיט גראמען ?
איך געדענקט נאך ווען ער פלעגט אויסגראמען ידען ביי די מזל טוב פאר די מערסטע שרייבערערס אשכול