הויפט זייט » ברוכים הבאים » ברוכים הבאים » שלום עליכם - עליכם שלום

שלום עליכם - עליכם שלום

30 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

30 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 1009 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #3
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
חמישי אוג' 09, 2007 1:17 pm#1
שלום עליכם - עליכם שלום
wמיין נאמען איז מיכא

צאפ צאראפ דאס איז וואס איך האב מיט געברענגט פין רוסלאנד
חמישי אוג' 09, 2007 1:45 pm#3
שלום עליכם - עליכם שלום
העי פאטאקי, מאכט אייך באקוועם, האסט טאקע נישט קיין שאנסן צו געווינען אין 08, אבער איך וואוט שוין פאר דיר אז זאלסט אנהייבן שרייבן.
שישי אוג' 10, 2007 6:19 pm#4
שלום עליכם - עליכם שלום
שלום עליכם נאך א חסיד.

ווער איז דער ערשטער חסיד? אה, דו מיינסט חסיד'ן? אויך מיר א חסיד, איינער וואס שרייבט צוויי תגובות, איז שוין א חסיד? און אויב פלאנסטו צו טהון דאס זעלבע, מיינסטו אז דו ביסט יא א חסיד?
שישי אוג' 17, 2007 12:42 pm#5
שלום עליכם - עליכם שלום
שלום עליכם "יוסי", ביסט שוין דא עטליכע טעג, און קיין ווארט הערט מען נישט פון דיר, נעם דיך צו די מלאכה, שעם זיך נישט,

שלום עליכם "אלעקסיי", די ביסט היינט אנגעקימען, א גוטן, האסטע געהערט וואס כ'האב געזאגט פאר יוסי ?? שוין, כ'זאג דיר דאס זעלבע, שעם דיך נישט, און הויב אן אריינצולייגן דיינע עטליכע סענט ווי די ווילסט, קיינער האלט דיך נישט אפ, שטיי נישט ביי די זייט דארט אינטן ווי א נער, קוק מיך נישט אן, נעם דיך שרייבן.
שני אוג' 20, 2007 10:20 am#7
שלום עליכם - עליכם שלום
איך זעי אז דא קען מען זיך באגריסען. איך וויל ענק זאגן שלום עליכם, איך האף אז מען גייט מיך דא אויפנעמען ווי עס פאסט פאר אזא משה מענטש ווי איך.
שני אוג' 20, 2007 10:29 am#8
שלום עליכם - עליכם שלום
אז דו שרייבסט עלעך דיר טאקע אויפנעמען. געווענליך אזא איינער וועט מען האבן נוצן פונעם.
עלעך דיר באגריסן הויעך אויפ'ן קול: טשאלענטאלייכן!

קנעפל רופט זיך נישט אן, עלעך אויסדריקליך 'נישט' באגריסן.
שני אוג' 20, 2007 10:34 am#9
שלום עליכם - עליכם שלום
בכלל איז באקאנט אז דאס קנעפל פאלט נישט ווייט פון רעקל. נו, וועט אים שוין דער רעקל באגריסן.

(איך וועל געבן צוויי פעטש פאר דעם וואס עפנט זיך יעצט א ניק 'רעקל'...)

*

שלום עליכם דו משה מענטש דו. העי העי, דו משה מענטש דו. קום אריין, מאך דיך היימיש. קענסט בלייבן מיט'ן סוועטער אנגעטון, ס'קאלט היינט. טרעף דיר א פלאץ און באשטעל א טרינק.
שני אוג' 20, 2007 4:24 pm#11
שלום עליכם - עליכם שלום
געב א קוק, דער חברה-מאן פירט זיך שוין אויף דא ווי משה-מענטש!...

ברוכים הבאים!
שני אוג' 20, 2007 4:27 pm#12
שלום עליכם - עליכם שלום
משה מענטש;

קען טאקע זיין מ'זעמיר קרובים. וויאזוי האט די מאמע געהייסן פון די מאמע'ס זייט?
שני אוג' 20, 2007 5:20 pm#15
שלום עליכם - עליכם שלום
די ווייסט אז די קענסט נישט ספעלען??????? איך מאך נאר א ז'אוק, עליכם שלום, ניין, עלייחען שלון!!!!
שני אוג' 20, 2007 5:23 pm#16
שלום עליכם - עליכם שלום
נו... ביז חוצפה...

האחד בא לגור, איינער קומט זיך אריין דא, וישפוט שפוט, און ער ווערט מיר א גאנצער 'משה מענטש'?...
שני אוג' 20, 2007 5:35 pm#17
שלום עליכם - עליכם שלום
חחחחחחחח, מאשקע,

שלום עליכם טייערע אידן, וויאזוי הייסט ער נאר, נא, יא דער 'קנעפל', א גוט יאר אייך, יהא זכרו ברוך,

און שאלעמאלייכעם רב 'משה מענשט', ביסט געוואלדיג, האלט אן, קיפ אן זאגט מען,

און יא, פאר איך פארגעס, ווי איז דער 'חדר אינגל?, ווי איז ער שוין פארלוירן געגאנגען ? ווי איז דיין רבי ?
שלישי אוג' 28, 2007 11:29 am#18
שלום עליכם - עליכם שלום
ברוך הבא מר. אסאך-געלט, פאר איך זעץ דיך אראפ אויף דיין פלאץ, זאג נאר וואס איז מיט די סאך געלט, דאס האסטו אדער דאס ברויכסטו? (שטייסניש, אזוי וועל איך וויסן ווי דיך צו זעצן)
שני ספט' 03, 2007 11:51 am#19
שלום עליכם - עליכם שלום
איך האב שוין געהערט פון דער סייט א צייט צוריק אבער איך האב געטראכט וואס האט א יאנקי פיטשער צו זוכען אין א "היימישע קרעטשמע" אבער אפאר טעג צוריק האט מיר מיין מענעדזער (דזאו טארי) געלאזט וואוסען אז עס איז דא איין קרעמעל אין די קרעטשמע וואס שמועסט ספארטס אויב אזוי בין איך דאך שוין א הויפט מחותןץ

אשר על כן..........................


עליכם השלום [בילד — נישט געראטעוועט]
שני ספט' 03, 2007 4:04 pm#21
שלום עליכם - עליכם שלום
יא אזוי ענפערט מען,
u r very welcome here. where ever you will find your sit.
רביעי ספט' 05, 2007 11:55 am#24
שלום עליכם - עליכם שלום
ברוך הבא יום טוב ערליך. וואס אן אמת געשמועסט, וואלט איך דיר געווען געדארפט מקבל פנים כראוי וכיאות פאר אזא חשובן גאסט, אבל דא עקא, נאכן ליינען דיינע אנאליזן בין איך פשוט געווארן שפראכלאז, איך שפיר זיך ווי די יודן אין די אויגן פון די בני ענק... ומי אנכי אז איך זאל זיך אפי' טרויען צו עפענען א מויל אנטקעגן אזא איש מלומד. צו קענען ריכטיג ארויסברענגען מיין פרייד מיט דיין ערשינונג צווישן אונזערע פיר ווענט, וועלן מיר מוזן ווארטן ביז דער פון אויבן וועט אונז צושיקן דיינס א בן-גיל, אן אנאליסט פון נאטור אויס, אז ער זאל אונז קענען ארויסברענגען און אנאלאזירן דיין מייסטערווערק...
רביעי ספט' 05, 2007 2:13 pm#25
שלום עליכם - עליכם שלום
גערעכט קרעמער, עס קומט seat נאר א טעות איז זיכער געשעהן ווען עס איז אזוי אריינגעפרינט געווארען צו די קרעטשמע,
וטעות עולם לקרעטשמע, כמעט יעדער מאכט דא טעותים, כאילו דא איז די פלאץ דערפאר.
שני ספט' 10, 2007 11:55 am#26
שלום עליכם - עליכם שלום
שלום עליכם "מאשטי" (כ'מיין אז דאס איז מיינט עס)

פארוואס האסטע דעך איינגעשריבן אויב האלסטו נישט ביים שרייבן ? לאמיר זעהן, גיב אינז א גוט ווארט, עפעס, לאז דיך הערן,
ראשון אוק' 14, 2007 4:12 pm#30
שלום עליכם - עליכם שלום
שלום עליכם תלי (ביסט אפשר עפעס פאר כאלי?)

נפתלי וואס? אפשר צירלזאהן, יענער איז שוין לאנג נישט בנמצא