הויפט זייט » די היימישע קרעטשמע » היימישע קרעטשמע » - טיפע ווערטער - געדאנקען -

- טיפע ווערטער - געדאנקען -

20 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

20 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 62 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #3408
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
רביעי ינו' 02, 2008 11:19 pm#1
- טיפע ווערטער - געדאנקען -
א פרייליכע הארץ איז מער ווערד פון אן אנגעפולטע בערזל.

יעדע מענטש איז ווערד: אפילו א צובראכענע זייגער איז גערעכט צוויי מאל א טאג.

א פנים אן א שמייכל, איז ווי א לאנטערנע אן לעקטער.
רביעי ינו' 02, 2008 11:30 pm#2
- טיפע ווערטער - געדאנקען -
די איינציגסטע וועג אמנצוקומען צו צופרידענקייט- לייג און א זייט אלע 'זארג'

איך טראכט קיינמאל נישט פון די צוקנופט - עס קומט גענוג שנעל פון זיך.
נערך לאחרונה על-ידי אלטעבחורל בתאריך רביעי ינו' 02, 2008 11:32 pm, סך-הכל נערך פעם אחת
רביעי ינו' 02, 2008 11:39 pm#4
- טיפע ווערטער - געדאנקען -
איך ווייס נישט די שליסל צו 'סוקסעס' - אבער די שליסל צו א 'דורכפאל' איז צו פרובירן צו צופרידן שטעלן יעדן.

THE FIRST STEP TO GETTING THE THINGS YOU WANT OUT OF LIFE, IS THIS: DECIDE WHAT YOU WANT

לאז קיינמאל נישט די 'נעכטיגע' אויסנוצן פון די 'היינטיגע'
רביעי ינו' 02, 2008 11:58 pm#5
- טיפע ווערטער - געדאנקען -
ווען דו גייסט דעם איבריגן טריט פאר מיינעטוועגן - גיב אכט עס זאל נישט זיין אויף מיין פוס (קרעדיט: אייגנס)
ראשון ינו' 13, 2008 8:23 pm#7
- טיפע ווערטער - געדאנקען -
פון ר' ישראל סאלאנטער

מענטשן וועלן פארגעסן וואס האסט געזאגט, מענטשן וועלן פארגעסן וואס האסט געטוהן, אבער מענטשן
וועלן קיינמאל נישט פארגעסן וויאזוי האסט זיי געמאכט פילן.

מען דארף האבן געלט צום לעבן, אבער מען דארף נישט לעבן פארן געלט.

ס'איז נישט גענוג ליב צו האבן דעם רבוש"ע, זעה דער רבוש"ע זאל אויך דיר ליב האבן.

די וועלט שטייט אויף מענטשן וועלכע טוען, נישט אויף די וועלכע רעדן אז מ'דארף טאן.
נערך לאחרונה על-ידי אלעקסיי בתאריך שני ינו' 14, 2008 9:52 am, סך-הכל נערך פעם אחת
רביעי ינו' 16, 2008 3:22 pm#9
- טיפע ווערטער - געדאנקען -
נאך פון ר' ישראל סאלאנטער:

א פריילעך פנים פארשטארקט די פריינטשאפט, און א זויערע פנים פארטרייבט זי.

די פריינטשאפט פון א נאר איז א סכנה, און זיין פיינטשאפט – א שמחה.

דער פירער ווערט מער געפירט דורך די געפירטע, ווי די געפירטע דורך דעם פירער.

לעב אינעם געגנווארט, לערן זיך פון דער פארגאנגענהייט, און גרייט זיך אויפ'ן צוקונפט.
חמישי ינו' 17, 2008 4:18 pm#10
- טיפע ווערטער - געדאנקען -
מענטשן זוכן כבוד מיט נישט בכבוד'יגע וועגן, ס'איז אבער נישט ווייניגער נישט בכבוד'יג צו זוכן כבוד בכבוד.

אייו טאג פון א קלוגן מענטש איז מער ווערד ווי דאס גאנצע לעבן פון א נאר.

טייל מיט דיין פרייד מיט דער וואס האט זיך געטיילט מיט דיר אין דיין לייד.
חמישי ינו' 17, 2008 4:31 pm#11
- טיפע ווערטער - געדאנקען -
אלעקסיי, א גרויסע שכח!

איך וואלט נאר געוואלט וויסען אויב דו ווייסט ווער זענען די בעלי המימרות?
חמישי ינו' 17, 2008 4:36 pm#12
- טיפע ווערטער - געדאנקען -
ר' חצקאל זצ"ל פלעגט זאגען אז ווער עס זאגט אז עס איז נישט דא א באשעפער איז נישט קיין אפיקורס ער איז א שוטה!
ראשון ינו' 20, 2008 5:10 pm#13
- טיפע ווערטער - געדאנקען -
ניין איך ווייס נישט, פרעד די קלאסיפייד, אפשר ווייסען זיי.

היינטיגע קלאסיפייד:

אויב דארפסטו אויסטייטשן דיינע רייד, מיינט דאס אז וואלטסט עס לכאורה נישט געדארפט זאגן.

גארנישט טוהן איז זייער שווער צו טוהן – דו ווייסט קיינמאל נישט ווען ביסט פארטיג.

א לוסטיגער דלות, גייט איבער אלעס.
ראשון ינו' 20, 2008 7:23 pm#14
- טיפע ווערטער - געדאנקען -
אלעקסיי כתב:ניין איך ווייס נישט, פרעד די קלאסיפייד, אפשר ווייסען זיי.

היינטיגע קלאסיפייד:

אויב דארפסטו אויסטייטשן דיינע רייד, מיינט דאס אז וואלטסט עס לכאורה נישט געדארפט זאגן.

גארנישט טוהן איז זייער שווער צו טוהן – דו ווייסט קיינמאל נישט ווען ביסט פארטיג.

א לוסטיגער דלות, גייט איבער אלעס.


דער ווערטל איז מיר היינט צופרי אין בית המדרש אזוי שטארק געפאלן געווארן, אז איך האב דאס גענוצט אלס אן הקדמה צו א ווארט וואס איז מיר שפעטער בייגעפאלן צו פארענטפערן א קשיא אין די גמרא (המשך אין בית המדרש).
שלישי ינו' 22, 2008 3:37 pm#15
- טיפע ווערטער - געדאנקען -
שמחה איז ווי א נאדל מיט פאדעם; עס קען פאררעכטן אסאך זאכן.

א שמייכל קאסט נישט קיין פרוטה, אבער עס ברענגט אסאך פראצענטן.

דער עלטער איז די איינציגסטע זאך וואס מען דערגרייכט אן קיין שום מיה.

מיר ווערן מער קראנק פון וואס מיר עסן זיך, ווי פון וואס מיר עסן.

פאר כעס איז אלעמאל דא א סיבה, אבער זעלטן איז עס א גוטע סיבה.
חמישי ינו' 24, 2008 10:54 am#16
- טיפע ווערטער - געדאנקען -
אויב דו ביזט נישט גרייט צו קוקן דעם אמת אין פנים, וועסטו עס קיינמאל נישט זעהן.

נישט יעדע כשר'ע זאך ברענגט תועלת, אבער יעדע נישט-כשר'ע זאך ברענגט א שאדן.

דאגות ברענגען די מארגנדיגע וואלקנס איבער די היינטיגע זון-שטראלן.

דער יצר הרע דארף מען זיך פארשטעלן ווי איינער וואס שטייט יעדע רגע מיט א שווערד העכערן קאפ גרייט צו אומברענגען. אויב קענסטו זיך נישט פארשטעלן אזוי, האט ער שוין אפגעהאקט דיין קאפ..

וואס הייסט א גוטער בדחן? דער וואס מאכט אייך לאכן 5 סעקונדעס און טראכטן 5 מינוט..
חמישי ינו' 24, 2008 11:50 am#17
- טיפע ווערטער - געדאנקען -
כ'וועל עס שרייבן אין ענגליש, פשוט ווייל ס'זאגט זיך בעסער אזוי:

Talk is cheap. Why? Because the supply is more than the demand...
ראשון ינו' 27, 2008 3:09 pm#18
- טיפע ווערטער - געדאנקען -
געטראפען אויף א וועבזייטעל.

לעולם ישתדל האדם שהאמת תהיה דעתו, ולא שדעתו תהיה האמת.

אל תנסה לשנות את העולם, אך השמר לבל ישנה הוא אותך.
ראשון ינו' 27, 2008 4:11 pm#19
- טיפע ווערטער - געדאנקען -
-משקה שסידר אבי התעודה הרמב"ם ז"ל לחולי הנפש בריש ס' הנמצא שחיבר והוא נדפס בשלוניקי שנת וישם מדבר"ה כעדן- וז"ל משקה התועלת והבטחון קח שרשי השבת עקרי השבח וההודאה ועיקרי השמחה והבטחון הסר מהם גרעיני היגון והדאגה וקח פרח רמוני הדעת והתבונה ושרשי ההמתנה וההסתפקות ותכתוש הכל במכתשת השפלות ובשל הכל בכלי הענוה ותלוש אותם במתק שפתים ותמרוס הכל במי החן והחסד והשקה אותם לחולה ממחלת היאוש שני יעים בכל בוקר ובכל ערב עם ג' יעים מימי הסברא ואמצעיות ותנקה הכל מפסולת הכעס והקפדנות ותערב הכל בתמצית הסבלנות לרצון יתברך אדון השבח וההודאה והשקהו בכלי שבחו יתברך על כל וינוח החולה וישקוט
(מדבר קדמות מע' מ' אות מ"ב)
ראשון ינו' 27, 2008 4:31 pm#20
- טיפע ווערטער - געדאנקען -
דאס איז געוואלדיג. שוין געזעהן לאנג צוריק, אבער עס ווערט איבערצוליינען טאג טעגליך!!! יש"כ אלטער