ווער האט דאס געזאגט?

20 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

20 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 35 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #438
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
חמישי ספט' 07, 2006 6:53 pm#1
ווער האט דאס געזאגט?
איך ווייס נישט אויב דאס וועט זיך אויסארבעטן און ווערן א לענגערע אשכול פון פראגעס און ענטפערס, אבער פרובירן שאדט דאך נישט.

פאלגענד איז א ציטאט פון א פאפולערן פיגור אין די חרדי'שע וועלט, פרובירט צוצוטרעפן ווער עס האט דאס געזאגט:

"נישט לאנג צוריק, בין כגעגאנגען מיט מיין ברודער צו עפעס א פלאץ און אינמיטן בין כצוגעלאפן צו
א געשעפט און מיין ברודער איז געבליבן ווארטן אין די קאר. ווען כבין צוריק געקומען, פרעגט מיר
מיין ברודער וואס האט זיך זייער געאיילט: "נו?!"

אויפן וועג פארנדיג האב כגעטראכט אויפן אויסדרוק "נו" וואס מנוצט, צי פאר קינדער וואס רעדן
אינמיטן דאווענען צי סתם אזוי, האב כגעטראכט צו מיר: אפשר זאגן מיר אויך "נו" פארן
אייבערשטען, ווי איינער זאגט: "וואס וועט זיין מיט משיח" ...
ראשון ספט' 10, 2006 7:22 pm#13
ווער האט דאס געזאגט?
ווער האט געזאגט די ערשטע מאל "מ'שייטנס געזאגט"?
ראשון ספט' 10, 2006 7:29 pm#14
ווער האט דאס געזאגט?
אויף שוועמל'ס פראגע איז די ריכטיגע ענטפער ר..י זאל זיך מיען...

(אדער נפחא, פענסטער זעכער נישט)
רביעי אוק' 04, 2006 1:36 pm#16
ווער האט דאס געזאגט?
פענסטער כתב:אויף שוועמל'ס פראגע איז די ריכטיגע ענטפער ר..י זאל זיך מיען...

(אדער נפחא, פענסטער זעכער נישט)


ווער איז דאס ר..י?
רביעי אוק' 04, 2006 5:12 pm#17
ווער האט דאס געזאגט?
סאכדעס כתב:
פענסטער כתב:אויף שוועמל'ס פראגע איז די ריכטיגע ענטפער ר..י זאל זיך מיען...

(אדער נפחא, פענסטער זעכער נישט)


ווער איז דאס ר..י?

ר' יצחק?
רביעי אוק' 04, 2006 6:45 pm#18
ווער האט דאס געזאגט?
ווער ס'ווייסט ווייסט, און ווער נישט זאל זיך איבערדרייען... עהה.... זאל פרעגן פון די וואס ווייסען.

און ס'איז נישט קיין ר"ת, ביי די פינטעלעך פעלען צוויי אותיות.