היינט געלייגט אין אידישע וועלט.
א] ארמי אובד אבי דברים כו ה
ווער איז דער "ארמי"?
א'. רש"י פי' "ארמי" קאי על לבן, "אובד אבי" קאי על יעקב, שלבן רצה להרוג את יעקב עי"ש. וכ"ה בתרגום אונקלוס ותרגום יונתן.
ב'. "ארמי" קאי על יעקב, ס'טייטש, ווען יעקב אבינו איז געווען אין אראם, ביי לבן'ען, איז ער געווען פארלוירן אן קיין געלט. אזוי ווי עס וואלט געשטאנען: אבי יעקב, כשהי' בארם, איז ער געווען אובד אינגאנצן פארלוירן. אב"ע, חזקוני, רוקח, ספורני.
ג'. ארמי קאי על אברהם.
פשט אין פסוק: אבי מיין טאטע/זיידע אברהם, ארמי אובד, האט אוועקגעוואנדערט פון שטאט אראם. רשב"ם, בכור שור.
אובד אבי, וויאזוי?
א'. רש"י (הנ"ל) זאגט אז ס'איז געווען אזוי במחשבתו של לבן, ואצל עכו"ם הקב"ה מחשב מחשבה כמעשה.
ב'. עפ"י חז"ל אז לבן איז בלעם, און בלעם איז דאך געווען מיועצי פרעה אין מצרים צו הרגענען און פייניגן די אידן. חת"ס עמ' קז.
ג'. אזוי ווי אות ב', און בלעם האט מכשיל געווען די אידן מיט זנות אין פעור. נר למאה.
ד'. שוין מיט א שטיקל כאפ, לייגט צו קאפ. ווען אברהם אבינו האט געשיקט אליעזר זוכן א כלה פאר יצחק, האט לבן געוואלט הרגענען אליעזר (לויט אנדערע איז דאס געווען בתואל, די מעשה מיט די סם), ווען אליעזר וואלט ווען געשטארבן, וואלט דעמאלטס יצחק נישט געטארט חתונה האבן צו קיין איין פרוי (כמבואר בגיטין סד.). דאס הייסט א ריכטיגער אובד אבי. גרש כרמל.
ה'. לבן האט געוואלט מכשיל זיין יעקב מיט זיינע עבודה זרה'ס און טרפים. הנ"ל.
ו'. אובד אבי מיט דעם וואס לבן האט געזאגט: הבנות בנותי והבנים בני, אז אידן זאלן זיך אויסמישן מיט די גוים. לקוטי יהודה עמ' לה.
ז'. ענדליך צום פריערדיגע, אז לבן האט געוואלט אריינמישן די אראמישע שפראך און די תורה, לערבב בין קודש לחול. חנוכת התורה, בשם ר"ר העשיל.
ח'. אובד אבי וירד מצרימה, לבן האט אריינגעריקט לאה'ן אנשטאט רחל, דורכדעם איז אויסגעקומען אז יוסף איז נישט דער בכור, און דאס אט געדרייעט דעם רעדל ביז מ'האט זיך דערזעהן אין מצרים. העט ווען יוסף געווען א בכור, וואלטן אים די ברודער'ס נישט מקנא געווען וכו' וכו'. לקוטי אש ח"א עמ' רנט.