הויפט זייט » בית המדרש דקהלתינו » על הצדיקים » מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

20 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

20 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 41 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #4400
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
שני אפר' 28, 2008 1:52 am#1
מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו
די וואך דאנערשטאג פאלט אויס די צווייטע יארצייט פון רביה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל, דער סאטמאר רבי איז געווען דער זוהן און שפעטער ממלא מקומו פון מרן העצי חיים מסיגוט, בזוו"ר איז ער געווען אן איידעם ביי זיין פעטער ר' חנוך העניך מאיער מקערעצקי ז"ל חדב"ן מרן הקדושת יו"ט מסיגוט, ער האט פארלוירן זיין ווייב מיט דריי קינדער אין די קריג און נאך די קריג האט ער חתונה געהאט בזוו"ש מיט הרבנית פעסיל לאה לרפו"ש בת ר' אהרן ט"ב מוואלאווא-נירבאטור ב"ר יוקל מוואלאווא ב"ר שמואל מגארליץ בן מרן הישמח משה, ר' יוקל וואלאווער איז געווען אן איידעם ביי זיין פעטער מרן הייטב לב מסיגוט.

פון זיין מאמע'ס זייט איז דער רבי געווען א צאנזער און טשערנאבלער אייניקל, זיין מאמע הרבנית ברכה סימא ע"ה איז געווען די טאכטער פון הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זצ"ל בן מרן הדברי חיים מצאנז, ר' שלום אליעזר'ל איז געווען אן איידעם ביי זיין שוואגער ר' מאטעלע מהורנוסטייפל נכד הרבי ר' זושא מאניפאלי, המאור עינים ובעל התניא.

דער ברך משה האט משמש געווען אינדערהיים ברבנות זענטא נאכדעם וואס ער האט געדינט אלס ראש ישיבה ביי זיין שווער אין קערעצקי, נאך די קריג איז ער געווען פאר א צייט אפשניט פון אכט חדשים רב במקום ששימשו אבותיו אין שטאט סיגוט ווען זיין עלטערער ברודער ר' זלמן לייב אב"ד סיגוט איז ליידער נהרג געווארן עקד"ה בשנות הזעם הי"ד.

ווען ער איז ארויסגעקומען אויף אמעריקא האט ער מייסד געווען קהילות עצי חיים סיגוט אין וומ"ס און בארא פארק און אויך די ישיבת עצי חיים, און שפעטער נאכדעם וואס זיין גרויסער פעטער רביהוה"ט זי"ע איז נסתלק געווארן ביום כוא"ב תשל"ט, האט ער ממלא געווען מקומו אלס אדמו"ר ואב"ד קהילות סאטמאר ברחבי תבל ביז צו זיין פטירה ביון כ"ו ניסן תשס"ו, זי"ע ועכי"א.

תנצב"ה.


[בילד — נישט געראטעוועט]


[בילד — נישט געראטעוועט]

שלישי אפר' 29, 2008 11:19 am#3
מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו
כ'וועל פארציילען א מעשה וואס כ'האב געהערט שוין קרוב צי 15 יאר ציריק
ס'איז געווען אינמיטען פון איינע פון די שטורמישע מערכות איז איינע פון די גרעסטע פאשקווילען שרייבער אוועק פלוצים יונגערהייט האט מיר דערציילט א זין(וואס ער ציילט זיך לגמרי נישט צווישען דעם רבי'נס אנהענגער) פון דער רב ווי דער איד האט געדאווענט אז ס'איז געקימען פונעם רבי'נס שטוב א גרויסע סכום געלט אז ער זאל עס איבערגעבן פאר די אלמנה.
רביעי אפר' 30, 2008 10:23 am#4
מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו
איינע פון די שיינע מאמענטן במחיצת מרן הברך משה זי"ע ליגט מיר אין די ביינער, ווען ביומי דחנוכה ז"ך כסלו תשנ"ו נאכדעם וואס דער רבי איז ניצול געווארן בחסדי השם פון א עראפלאן גליטש/קראך אויפן וועגן קיין מיאמי, האט דער רבי געפראוועט די געהויבענע חנוכה ליכט צינדען אין גרויסן ביהמ"ד אויף ראדני סט. כדרכו בקודש, ווען נאכדעם איז ער מאריך בדברי שבח והודאה להשי"ת על כל הטוב אשר גמלנו.

דער רבי האט געטייטשט דעם אודה ה' מאד בפי ובתוך רבים אהללנו, אז לעולם ווייסן מיר דאך 'כל שעושים לו נס מנכים לו מזכיותיו' אזויווי יעקב אבינו האט געזאגט קטונתי מכל החסדים, איז אויב אזוי וואס איז די שמחה ווען א איד ווערט געהאלפן באופן נסי? נאר האט ער נאכגעזאגט אז אויב קומט ארויס דערפון א קידוש השם איז דאך דער נס למען כבוד שמו יתברך און נישט לטובת היחיד זעלבסט, דאן איז נישט דא דער חשש פון מנכין לו מזכיותיו, מיט דעם האט ער געטייטשט; 'אודה ה' מאד בפי' איך דאנק דעם הייליגען באשעפער אויף די נסים, איי וואס איז די שמחה, עס איז דאך גארנישט אזא טובה? נאר אויב עס איז 'ובתוך רבים אהללנו' מ'פארציילט דעם נס ברבים און עס קומט ארויס א קידוש השם דאן איז ווי דערמאנט נישט דא דער חשש פון מנכין לו מזכיותיו.

דער רבי האט נאכדעם מאריך געווען מיט א הערליכע שמועס איבער זיינע מיטמאכענישען בשנות הזעם וואס כדרכו בענוות קדשו פלעגט ער זאגן אויף זיך ווען ער האט דערמאנט די 12 חדשים וואס ער האט דורכגעמאכט אינטער די נאצישע נעגל "משפט רש..ם בגיהנם י"ב חודש" האט ער דעמאלטס פארציילט די גרויסע נסים וחסדים וואס ער האט געזעהן אויף טריט און שריט די גאנצע צייט ביז'ן סוף אויף די טרויעריג-באקאנטע 'טויטן-מארש' ווי די רשעים ואכזרים ימ"ש האבן אין די לעצטע וואכן פון די קריג נאכדעם וואס די פארטיליגונג צענטערן זענען שוין געווען צושמעטערט, האבן זיי געפירט אלפים ורבבות מישראל אויסגעמאטערטע אויסגעהונגערטע אידן אויף טויזענעטער מייל צופיס, דער רבי איז דאן געגאנגען באפיסת כוחותיו ביז קיין טרעיזינשטאט פון וואו ער איז שפעטער באפרייט געווארן כ"ה אייר תש"ה.

זכותו הגדול יגן עלי ועלינו ועכי"א.
רביעי אפר' 30, 2008 2:49 pm#5
מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו
מיללער, זייער גוט אראפגעשריבן, איך בין דארט געווען, איך געדענק גוט די תורה מיטן שמועס.
רביעי אפר' 30, 2008 3:11 pm#6
מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו
זיין עניוות און גארנישט האלטן פון זיך איז מיר אלץ געווען צום שטוינען.
איך בין געווען ביי הונדערטער פון זיינע טישן דורכאויס מיינע בחורישע יארן, איך האב קיינמאל נישט אראפגענומען מיינע אויגן פון זיין צורה, יעדע תנועה זיינע האב איך נאכגעפאלגט ווי א רעכטער חסיד, קיין איין פאלשע אדער איבעריגע תנועה האסטו נישט געקענט באקומען פון אים, נישט קיין חילוק צו עס איז געווען דרייסיג מענטשן ביי א שפעטע זומער טיש, אדער פינף טויזענט מענטשן, קוים וואס ער האט באטראכט דעם עולם.

איך געדענק ביי מיין ערשטע הקפות וואס כאב מיטגעהאלטן, איך בין געווען דרייצן יאר, טויזענטער מענטשן שוויצן און טאנצן, דער רבי טאנצט געמיטלעך ארום, און איך טראכט צו מיר: זאל נאר די רבי מאכן איין פייערדיגע תנועה מיט זיינע הענט ארויס פון זיין טלית, עפעס עפעס, ער ווייסט דאך אז סיז דא טויזענטער חסידים ארום, איין תנועה... און די בחורים און יונגעלייט וועלן דעם דאך אראפרייסן פאר התלהבות, אבער גארנישט, די גרעסטע כבוד מלכים האט אים נישט בארירט קיין טראפ נישט.

צוביסלעך האב איך מיך איינגעוואוינט אז דעם רבין גייט כבוד אן ווי דער פאריעריגע שניי, און אט דאס האט מיך אלץ געצויגן.

ווי נעמט מען דאס היינט ?
רביעי אפר' 30, 2008 3:16 pm#7
מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו
אמת ויציב דאס פשטות וואס ער האט געירשענט פון זיין זיידע ר' שלום אליעזר'ל איז נישטא היינט צי באקימען אין ערגעץ
רביעי אפר' 30, 2008 3:26 pm#8
מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו
זיין פשטות האב איך אייביג באוואונדערט, ס'איז ביי אים געווען די זעלבע א ריזיגע שבע ברכות מיט טויזענטער מענטשן, ווי א פשוט'ע פרייטאג צונאכטס טיש.

עס דערציילט איינער פון די נאנטע משמשים, אז דער רבי איז אמאל ארויס שבת פאר מוסף אויף א פאר מינוט, ארויסגייענדיג בעט ער אים ער זאל בעטן דעם בעל תפלה ער זאל ווארטן אויף אים מיט די שמונה עשרה, ער האט ניטאמאל געטראכט אז מ'ווארט סייווי אויף אים.
רביעי אפר' 30, 2008 3:35 pm#9
מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו
עס איז באקאנט אז אין די ערשטע יארצייטן פונעם פעטער ביום כ"ו אב, פלעגט ער אלס באוואונדערן וואו עס קומט נאך אלס אזא גרויסער עולם קיין קרית יואל צו די סעודה לכבודו פונעם פעטער, נישט האלטנדיג קיין כי הוא זה אז עפעס קומט דער עולם צו אים אויך.

נאך א פערזענליכע עפיזאד/ווערטל וואס איך געדענק יעצט, בשנת תשנ"ה האט ער אפגעשטאט א בליץ באזוך ביינונז אין די ישיבה קטנה אינדערפרי צום דאווענען (ער איז געקומען אליינס מיט'ן הויז בחור ר' סיני קאויפמאן), פארשטייט זיך אז דאס איז געווען א שאק פאר די מנהלים ומגידי שיעור און ועל כולם פאר אונז בחורים, מ'האט אין די איילעניש אריבערגעברענגט א רבי'ע בענקל מיט נאך א שטענדער.

נאכ'ן דאווענען האט מען געמאכט א שטיקל לחיים, האט דער רבי געזאגט אז אפי' מ'וויל נאר טרינקען אביסל ברוינפן זאל מען ענדערש אנגיסן א גאנץ ברוינפן-גלעזל און איבערלאזן העלפט, ווי איידער נאר צו גיסן אביסל און אויסטרינקען דאס גאנצע, נישט אויסצוקוקן ווי א 'שיכור' (ווער געדענקט נאך ווען איינער וואס טרינקט א גאנץ ברוינפן-גלעזל מיט קימל-ברוינפן איז געווען קאנסידערט א שיכור?....)
רביעי אפר' 30, 2008 5:28 pm#10
מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו
אן אינטערסאנטע מעשה ווערט פארציילט אויפן רבי'ן בעל ברך משה זי"ע, אז איין יאר ווען דער רבי בעל ברך משה זי"ע איז געקומען שעפן "מים שלנו" ביים פאבריק, איז זיך דארטן צוזאמגעקומען גאר א גרויסע עולם צוצוקוקן די הייליגע עבודה פנעם רבי'ן,, אינמיטן איז דארט אדורך געפארן א איד וואס האט געהערט צו א פרעמדע קהילה, און ווען ער האט געזען א גרויסע ציבור האט ער זיך אפגעשטעלט און געפרעגט איינעם וואס גייט דא פאר, האט מען אים געזאגט אז דער סאטמאר רבי גייט יעצט שעפן "מים שלנו", ווען דער איד האט דאס געהערט, האט ער אויסגענוצט דאס געלעגענהייט, און איז אויך ארויסגעגאנגען מיטהאלטן אזוי ווי יעדער איינער, און נאכן שעפן "מים שלנו", ווען דער רבי זצ"ל איז ארויפגעגאנגען צום בנין, האט דער איד זיך מזכיר געווען ביים רבי'ן זצ"ל. אז עס איז שוין אדורך געלאפן גאר אסאך יא זייט ער האט חתונה געהאט און ער האט ליידער נישט זוכה געווען צו קינדער, און ביים ים שלנו ווערט געברענגט אז עס איז א זמן וואס מ'קען געהאלפן ווערן בעט ער פונעם רבין ער זאל אים אנוואונטשן מיט זרע של קיימא.

ווען דער רבי האט געהער זיין בקשה האט ער גענומען די האנט פונעם איד און עס אנגעכאפט מיט א געוואלדיגע חביבות אזוי ווי זיין סדר איז געווען, און דער רבי איז געווען זיייער גוט אויפגעלייגט האט ער זיך אנגערופן צום איד מ'האט דאך יעצט געשעפט "מים שלנו" וואס די צווי ווערטער מ'ים ש'לנו מאכט ר"ת שם. האט ער אים אנגעוואנטשן אז בקרוב זאל ער געהאלפן ווערן אז ער זאל קענען קורא שם זיין, אויף זיין אייגן געבוירן קינד.

און צדיק גוזר והקב"ה מקיים איבער'ן יאר איז דער איד נאכאמאל געקומען צום רבי'ן צום שעפן "מים שלנו", אבער דאס מאל איז ער שוין געקומען מיט זיין נייע געבוירענע אינגעלע, וואס איז דעמאלס געבוירן געווארן, און איז געקומען פרעגן וואספארא נאמען זאל ער געבן פאר דאס קינד, און דאס מאל איז ער געקומען ארומגענומען מיט זיינע עלטערן און מיט זיינע קרובים און גוטע פריינד וואס אלע זענען געקומען, זיך מיט טיילן מיט זיין גערויסע שמחה וואס נאך אזויפיל יארן איז ער ענדליך געהאלפן געווארן מיט א לעבעדיגע קינד, אלעס נאר בזכות די ברכה פונעם רבי זי"ע. והי' לפלא.
רביעי אפר' 30, 2008 5:29 pm#11
מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו
עס איז כדי צו פארציילן אין די שווערע צייטן, ווען ס'איז געווען שעת המלחמה, אין יאר תש"ה האבן די דייטשע רשעים ימח שמם זייער אינטערעדריקט און געפייניגט די אידן, און טאד דעם אלעם האט די רבי גלייך נאך פורים ארויסגעברענגט זיין זארג פאר די אנדערע אידן, ווי אזוי וועלן מיר קענען האבן א אפגעהיטענע פסח, מ'געבט דאך פאר אונז צו עס עס בלויז חמץ און דאס איז דאס אויך געווען מיט א פונקטליכע מאס צו ערהאלטן דאס לעבן.

האבן זיי זיך אן עצה געגעבן אויף אזא מין וועג א יעדן טאג האבן זיי געשפארט דאס ביסן פון מויל און געקענט באשטיין צו הונגער'ן פאר פסח כדי איבער צולאזן א יעדן טאג אביסל ברויט, און דאס ביסל ברויט האבן זיי דערמיט אינטערגעקויפט די הויפט פונעם קאך, זיי צו געבן אנשטאט דעם קארטאפל, און די הויפט האט טאקע מסכים געווען אויפצוטוישן ברויט פאר קארטאפל,

בדרך צחות קען מען זאגן אז די רבי האט גוט מקיים געווען דעם "כר- פס" וואס דאס איז די אנהייב פון קאר -טאפל. פאר פס, א ס' מיט א ת' קענען זיך אויפטוישן דאס איז ווי פת דאס מיינט ברויט.
רביעי אפר' 30, 2008 7:58 pm#12
מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו
מיללער איך בין אויך געווען ביי די תורה חנוכה תשנ"ו ישר כח פארן ארויף ברענגען
רביעי אפר' 30, 2008 8:17 pm#13
מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו
שכוח פאר די באשרייבונגען, דעם שביעי של פסח ביינאכט, האט זיין זון כ"ק מהר"א מסאטמאר שליט"א נאך דערציילט א מעשה, פון א יונגערמאן, וואס האט פאר צען יאר צוריק, געדארפט אפשערן א קינד, און זיין געבורטס טאג, איז כ"ו ניסן, האט ער געפרעגט דעם ברך משה, ווען ער זאל אפשערן, צו ער זאל ווארטן אויף ל"ג בעומער, אדער עפעס אנדערש, האט אים דער ברך משה זצ"ל געפרעגט, וועלכען טאג, ער יערט זיך, און דער טאטע האט געענפערט, כ"ו ניסן, נו, האט דער ברך משה געענטפערט, כ"ו ניסן, איז א גוטע טאג, דו זאלסט אים דעמאלטס אפשערן, אבער דער יונגערמאן, פרעגט אים צוריק, סידעך ספירה? גערעכט, אבער כ"ו ניסן איז א גוטע טאג.

אפאר יאר שפעטער, האט דער יונגערמאן נאכאמאל געדארפט אפשערן אין ספירה, געדענקענדיג די פאריגע מעשה, איזער אצינד נאכאמאל אריין געגאנגען צום ברך משה זצ"ל פרעגן, ווען ער זאל אפשערן, און דער ברך משה פרעגט אים מיט וואונדער, אוודאי דארף מען ווארטן אויף ל"ג בעומער, סידעך ספירה, האט אים דער יונגערמאן געזאגט, אז פאר עטליכע יאר פריער, האט אים דער רבי יא געהייסן אפשערן אפילו אין ספירה, פרעגט אים דער רבי, אין וועלכען טאג? האט ער געענטפערט כ"ו ניסן, נו, דו רעדסטעך יעצט נישט פון כ"ו ניסן, כ"ו ניסן איז עפעס אנדערש, כ"ו ניסן איז א גוטער טאג.

ווען דער יונגערמאן איז געפארן צו די לוויה, מיט נעמענדיג זיין עלעוו יעריג יונגעל, רופט זיך דאס קינד אן אויפן וועג, טאטי דו ווייסט, היינט יער איך מיך, איך ווער עלעוו יאר, און דאן האבן זיי זיך געכאפט, אז ביי די דריי יאר פונעם קינד, האט שוין דער ברך משה געזאגט, אז כ"ו ניסן איז א גוטער טאג.

זי"ע.
חמישי מאי 01, 2008 8:13 am#14
מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו
הרב ר' יעקב ווייס דערציילט:
אין פרשת אמור תשמ"ו האט דער רבי געגעסן שבת מיט די בחורים, ביי די תורה האט ער נאכגעזאגט א דברי יואל אין נאכדעם צוגעזאגט א קליינע טייטש, שפעטער ווען ר' יעקב האט געלערנט מיטן רבי'ן, האט אים דער רבי געזאגט א הערליכע תורה מיט א הקדמה מיט א הקדמה פון ייטב לב, זאגט ר' יעקב, ילדות היתה בי און איך האב געפרעגט דעם רבי'ן, פארוואס האט דער רבי נישט געזאגט די תורה היינט ביים טיש?
האט ער אים געענטפערט, איך האב מיר געהאט אנגעגרייט די תורה, שפעטער פארן אריין קומען צום טיש האב איך געלערנט דברי יואל, האב איך געזעהן אז דער פעטער זאגט א תורה מלא אמונה און חיזוק לעבודת ה', האב איך געטראכט מיין תורה איז דאך נישט אינטערעסאנט צו זאגן, דעם פעטערס תורה דאס איז אינטערעסאנט.........
חמישי מאי 01, 2008 8:47 am#15
מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו
הרב ר' נ.ה.צ. וואס פלעגט לערנען מיטן רבי'ן, איז אמאל ארויף געקומען צום רבי'ן אין א שבת נאכמיטאג ווען דער רבי האט זיך נישט גוט געשפיערט, זאגט אים דער רבי: דער פעטער האט מיך פריער באזוכט און געפרעגט ווי אזוי איך שפיער, פרעגט ר' נ.ה. דעם רבי'ן: אין וואס האט אים דער רבי געזאגט? ענטפערט אים דעם רבי: איך האב אים געזאגט אז די מוסדות וואקסן דער עולם לערנט און גיט צדקה..............
חמישי מאי 01, 2008 9:45 am#16
מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו
איך הער,

איך האב די מעשה אויך געהערט מפ"ק, אויך נכדו הרה"צ מהרמ"מ מסאטמאר-וומ"ס האט נאכפארציילט די מעשה דעם פארגאנגענעם אחרון של פסח. עס איז כדאי צו דערמאנען דעם נאמען פון דעם אינגערמאן ביי וועם די מעשה האט פאסירט לידע מבטן מי יצאו הדברים, דער אינגערמאן הייסט ר' יעקב הערש ב"ר מאיר יוסף טייטלבוים פון לעיקוואד.
חמישי מאי 01, 2008 10:35 am#17
מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו
הרה"ח מרדכי דוד וויעדער הי"ו משב"ק, פארציילט:

איינמאל איז אריינגעקומען א חתן מיט זיין מאמע א וואך פאר זיין חתונה, און האט זיך אפגערעדט פארן רבי'ן, אז ער האט די וואך באקומען שטארקע יסורים אויף די פיס, און מדארף יעצט די וואך פון די חתונה ארום לויפן צו די דאקטורים, מאכן אלע ערליי טעסט'ן, האט זיי די רבי ז"ל געזאגט אז אינדערהיים פלעגט מען זאגן א ווערטל, אז ביז די חתונה וועט זיך עס אויסהיילען, און די רבי האז זיי אנגוואונטשען.

פארציילט ר' מרדכי דוד אז ביי די שבת שבע ברכות איז ער צוגעגאנגען צו דער חתן און אים געפרעגט, וואס זיינע פוס מאכן, זאגט אים דער חתן אז ווען ער איז אויפגעשטאנען די טאג פון די חתונה האט ער מער נישט געשפירט קיין שום יסורים.

ימליץ טוב בעדינו, זכותו יגן עלינו.

(געהערט פון איינעם וואס ר מ.ד. האט אים דאס פארציילט)
חמישי מאי 01, 2008 10:52 am#18
מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו
גאר א שיינע מעשה האט פארציילט זיין עלטסטער זין שליט"א, ער האט געהערט פונעם טאטען אז נאכן קריג אהיים קימענדיג פונעם לאגער איז ער דארעך געפארן ראצפערט די שטאט וואס זיין זיידע דער הייליגער ר' שלום אליעזר'ל האט געוואינט, ער האט געהאט חשק אריין גיין קיקען צי ס'איז עפעס געבליבן(ווי באקאנט איז אין אונגארען האט מען ביים אהיים קימען אין געוויסע פלעצער האט מען נאך געקענט טרעפן זאכען אויפן טיש אימבארירט אזוי שנעל האט מען דארט אויסגעראטען די יודען, אוי באשעפער ווי נעמט מען כוח דאס אויסציהאלטען) אבער וויסענדיג אז ס'איז געבליבן נענטערע יורשים ווי אים, דהיינו די טעכטער פון ר' זושא'לע וואס זענען עפ"ה נענטערע יורשים ווי אים, איז ער אפילו נישט אהין געגאנגן כדי נישט ציצירירן חפיצים וואס געהערן נישט צי אים.
איך האלט אז מטראכט אריין אים די מעשה, אין נאך אין וועלעכע אימשטענדען דאס איז געווען איז א לימוד גדול אויף אינזער רבי'ן.
חמישי מאי 01, 2008 12:07 pm#19
מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו
יאסל,

ווען איך האב די מעשה געזעהן דאס ערשטע מאל באשריבען, איז מיר ממש געקומען צו וויינען, און דער זעלבער צייט מעורר געווען אזא תשוקה נאכאמאל צו האבן די זכיה א בליק צוטאן אויף אזא הייליגע איד (ער איז שוין דאן געווען בגנזי מרומים ווען איך האב עס געלייענט).

וואס דאס מיינט איז דאך ממש א גדלות עד להפליא, דא שטייט ער לעבן די הויז ווי עס האט געוואונט זיין זיידע צו וועם ער איז געווען אזוי צוגעבינדען בכל נימי נפשו נאכדעם וואס ער איז געבליבן א קיילעכדיגער יתום ביי די עלף יאר, ער וויל א בליק טאן אויף די שטוב ווי א זוהן פונעם הייליגער צאנזער רב האט געוואונט און געדינט דעם אייבירשטען ביז ווען ער איז אומגעקומען על קדושת שמו יתברך הי"ד, ער קען נאך איינמאל אטעמען די לופט וואס זיין באבע די מלומדת הרבנית שרה מרים ע"ה בתה של הרה"צ ר' מאטעלע הארנוסטייפלער זצ"ל האט געאטעמט, ער קען זיך געפונען אין די שטוב ווי עס זענען אמאל געקומען אזאנע גרויסע אידן ווי דער קדושת ציון, דער עצי חיים, ר' חיים'ל האלבערשטאם פון סאטמאר, ר' זושא'לע פון ראצפערט מיט זיין איידעם דעם רבין'ס גרויסע ברודער.

אבער, ער טרעט נישט אריבער די שוועל! פארווואס? נישט עובר צו זיין אויף לא תחמוד! (איך גלייב אז אויף לא תגזול האט ער אוודאי נישט געברויכט מורא האבן).

די מעשה דערציילט אסאך, גאר אסאך, פון זיין זהירות פון א נדנוד איסור, פון אייגענע גדרים וסייגים, פון א פרישות יתירה, קדושים תהיו קדש עצמך במותר לך.
חמישי מאי 01, 2008 1:28 pm#20
מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו
א איד וואס האט געהאט א בחור אין די יארן איז עטליכע מאל אריין צום רבי'ן און געמוטשעט דער רבי זאל אים אנוואונטשען, איינמאל זאגט אים דער רבי: ווען ער וועט א חתן ווערן וועסטו פארשטיין אז ס'האט נישט געקענט זיין פריער.

דער בחור איז אלט געווען 24 יאר ווען ער האט גענומען אן אכצן יעריג מיידעל.