שאלות און קאמענטארן אויפן שיעור בספר "מטה אפרים"
דא איז די פלאץ, און יעצט איז די צייט זיך צו באדאנקען, פאר אונזער געטרייען מגי"ש ערעב פרשנדתא
וואס האט איבערגענומען לחיים ולברכה, פאר די שיינע ארבעט, און די טייערע צייט, וואס ער האט אונז אהערגעשטעלט, דאס יאר,
איך קען דיר זאגן, אז איך כמעט נישט פארפאסט קיין איין שיעור.
און האפענטליך וועט ער עס נאך אנהאלטן קומענדיגע יאר, כ'מיין קומענדיגע זונטאג, פאר די ווייטערדיגע פארכטיגע און לעכטיגע טעג,
זאל דער אייבערשטער העלפן אז מיר זאלן אלע זוכה זיין צו א זיס לעכטיג יאר, ברוחניות ובגשמיות. און מיר זאלן זוכה זיין צו דינען דעם אייבערשטן מתוך שמחה, בהרחבת הדעת, עדי נזכה לקבל משיח צדקינו באנפין נהירין בהתגלות כבוד שמים עלינו בב"א.