הויפט זייט » ברוכים הבאים » הילף - און וויכטיגע מודעות » גאר וויכטיגע מעלדונג איבערן מופן!!

גאר וויכטיגע מעלדונג איבערן מופן!!

20 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5178
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
שישי יול' 25, 2008 12:02 pm#1
גאר וויכטיגע מעלדונג איבערן מופן!!
א גוטן חשובע מעמבער'ס,

מען האט שוין לאנג גערעדט דערפון, אבער מיט גרויס פרייד ווילן מיר איינמעלדען אז אט ווערט עס שוין מקויים, יא מיר ציען זיך אריבער צו אונזער נייער פלאץ, אויף אידישע וועלט.

בעז"ה אויב אלעס גייט ווי געפלאנט, וועט עס פארקומען דעם דינסטאג וואס קומט אי"ה, "יום שנכפל בו כי טוב לסדר אלה מסעי".

עטליכע אנווייזונגען:

1) פון מאנטאג בערך אינמיטן די נאכט, וועט די קרעטשמע ווערן פארשפארט, כדי עס זאל נישט צוקומען קיין תגובות וואס וועלן פארלוירן גיין.

2) דינסטאג צופרי וועט עס לכאורה נאך נישט זיין גרייט, אבער האפענטליך אינמיטן טאג וועט עס שוין זיין אפען, די מינוט וואס עס וועט ווערן גרייט וועט אי"ה ווערן א לינק אין www.yiddishworld.com ביי די מעניו'ס, וואס וועט זיך רופן "פארומס" קליקענדיג דערויף וועט איר אי"ה אנקומען צו דער שפאגל נייער קרעטשמע.

3) ערגעץ צווישן דינסטאג - מיטוואך, וועט די לינק פון היימישע קרעטשמע גלייך טראגן אהין צום נייעם פלאץ.

4) אין דער נייער פלאץ איז דא פיל מער פונקציעס און אפציע'ס פאר יעדעם איינעם, מיר האבן פראבירט ווי ווייט מעגליך אלעס צו מאכן אויף מאמע לשון "אידיש", און מיר האפן אז איר וועט אלעס פארשטיין, אויב נישט וועט איר קענען אנפרעגן ביי די הילף און וויכטיגע מודעות פארום.

5) אזוי ווי יעדע נייע זאך, וועט נעמען א שטיקל צייט ביז אלעס וועט ווערן געהעריג מסודר, דעריבער אויב זעהט איר אז איר קענט נישט שרייבן ביי דער נייער פלאץ, דאן שיקט אן אימעיל צו איינע פון די מנהלים, אדער צו מיר אויף arenderr @ gmail.com (נעמט אראפ די צוויי ספעיסעס).

מער אינפארמאציע וועט אי"ה זיין אויפן נייעם פלאץ,

אויב האט איר שטרויכלונגען פון אנהייב ביטע זייט אונז מודיע, און נעמט ביטע אין באטראכט אז מיר ארבעטן שווער צו מאכן אלעס דאס גרינגסטע וואס מעגליך.

מיר האפן אז איר וועט הנאה האבן פונעם נייעם פלאץ!

מיט דאנק

הנהלת היימישע קרעטשמע / אידישע וועלט.
שישי יול' 25, 2008 12:29 pm#4
גאר וויכטיגע מעלדונג איבערן מופן!!
אהההה, ווען איז שוין מיטוואך?
שישי יול' 25, 2008 12:34 pm#5
גאר וויכטיגע מעלדונג איבערן מופן!!
וואס גייט זיין די נייע (אינטערנעט) אדרעס פונעם נייעם קרעטשמע ? מ'גייט בלייבן מיטן זעלבן נאמען אדער מ'גייט זיך דארפן אריינשרייבן און ווארטן אויף תשובה פון פריש ???
באט עניוועי ווי אר אלל עקסיידעט טא מאוו טא אור נא פלעיס ווי האפד איטס שאלד בי א ביג סאָכסעס
שישי יול' 25, 2008 12:35 pm#6
גאר וויכטיגע מעלדונג איבערן מופן!!
אקעי מען דארף זיך אויסשלאפען מען גייט מופען, און מען גייט זיין ביזי אויסציפאקען אלע פעקלעך
שישי יול' 25, 2008 12:35 pm#7
גאר וויכטיגע מעלדונג איבערן מופן!!
וואס גייט זיין מיט די אלע תגובות וואס דער עולם האט אריינגעשריבן דא אין די אלטע קרעטשמע וועט עס זיך אויך מיט מופן אדער וועט עס בלייבן דא אין דארט וועט נאר זיין פרישע?
שישי יול' 25, 2008 12:36 pm#8
גאר וויכטיגע מעלדונג איבערן מופן!!
שמיי דריי, ליין איבער נאכאמאל ארענדאר'ס תגובה, און אויב דיינע קשיות וועלן נאך אלץ זיין שווער, פרעג איבער.
שישי יול' 25, 2008 12:52 pm#10
גאר וויכטיגע מעלדונג איבערן מופן!!
נו קרעמער, דו ניצט דער זעלבער גוי ווער עס האט דיך גענומן און קאנטרי פאר ביליג? [בילד — נישט געראטעוועט]
שישי יול' 25, 2008 12:52 pm#11
גאר וויכטיגע מעלדונג איבערן מופן!!
רבותי! רבותי! ס'צרות!!!

וואס גייט מען טון פון מיטל נאכט מאנטאג, ביז דינסטאג אינדערפרי???

א קרעטשמע צום קאווע העמיר נישט האבן, בלית ברירה וועט מען מוזן נעמן דערשטאט צוויי פאפיראסן.

איין זאך בעט איך פון ס'גאנצער עולם, זעטס סאל זיך נישט איבער חזר'ן, מ'זאל נישט דארפען שרייען אין ניי קרעטשמע, אוי די גוטע צייטן אין אלט-ניי קרעטשמע, ווען ג............... פלעגט שרייבן, אוי מיר בענקן זיך, נא נא! יעדר זאל זיך שוין פאקן פעק און גלייך זיין רעדי, ווען סעט ווערן גרין זאל אלעס גלייך פארן.
שישי יול' 25, 2008 12:55 pm#12
גאר וויכטיגע מעלדונג איבערן מופן!!
יאסל כתב:ווער האט כוח דערצי???????????

איך אין דיין בארד וואלט געבעטן די אייניקלעך זאלן צוהעלפן אביסל, האפנטליך וועט דאס עטוואס לינדערן די שוועריגקייט.
שישי יול' 25, 2008 1:02 pm#13
גאר וויכטיגע מעלדונג איבערן מופן!!
באמא, נעם דיך שוין זאגען תהילים, אדער קענסט גיין זיכען עפעס א סגולה אונעם סגולות אשכול,
אז דער גאנצער מופען זאל דורך גיין בשלום
שישי יול' 25, 2008 1:09 pm#14
גאר וויכטיגע מעלדונג איבערן מופן!!
איך האלט אז דער דיין ר' סאכדעס, זאל ארויס געבן פארן עולם וועלכע קאפיטלעך, דערוילעם זאל זאגן.
שישי יול' 25, 2008 2:36 pm#15
גאר וויכטיגע מעלדונג איבערן מופן!!
און זארעכ וועט אנצייכענען וועליכע שטיקעל פרק שירה מעזאל זאגן..

אפשר 'חמור אומר...' דער חמור איז דאך גיט פאר שלעפען פעקלעך...
שישי יול' 25, 2008 2:39 pm#16
גאר וויכטיגע מעלדונג איבערן מופן!!
אין אנדערע ווערטער וועט מען שוין נישט קענען ליינען די קרעטשמע פון א פאלם...
שישי יול' 25, 2008 3:00 pm#17
גאר וויכטיגע מעלדונג איבערן מופן!!
עס איז גאר א גרויסער פראבלעם אז מען וועט מער נישט קענען ליינען פון פאלם.
דאס וועט זיין און קעגנזאץ פונעם הויפט-מטרה פונעם קרעטשמע.
און אנדערע ווערטער:
שטעלט אייך פאר ווען פישל דער קרעטשמער פון נירעדהאז שטעלט גרויסע פלאקאטן אין די גאסן ''אויפמערקזאם!!! פון דינסטאג מיטאג אנגעפאנגען קען מען נישט אריינקומען צום קרעטשמע נאר ווער עס איז א שפיקיטיווקער חסיד!!''
גאנץ נירעדהאז וואלט געקאכט ווי א קעסל, ניין?
מען בעט די הויכגעשעצטע פירער פונעם קרעטשמע: פארגעסט נישט פון די פאלמ'רער אידן!
שישי יול' 25, 2008 3:11 pm#18
גאר וויכטיגע מעלדונג איבערן מופן!!
איך פארשטיי נישט פארוואס מען נעמט אן בפשטות אז מעט נישט קענע זעהן אויף א פאלם.
קען איינער עס פליז מיר מסביר זיין.
עס קען אפילו זיין און אישית
שישי יול' 25, 2008 3:18 pm#19
גאר וויכטיגע מעלדונג איבערן מופן!!
ר' שמחה;

"אידישע וועלט" ווי עס שטייט יעצט קען מען פילייכט נישט זעהן דורך פאלם-רידינג (יא יא, איך ווייס אז דאס איז גאר אן אנדער סארט זאך), על כן דאגה'ן די אידן. דער אמת איז אבער אז דער ארענדער ארבעט דערויף, און חזקה על חבר טוב שאינו מוציא מתחת ידו דבר שאינו מתוקן פאר אלע סארטן אידן מיט אלע סארט פארבינדונגען.