צען טויזענט'סטע תגובה
די דאזיגע תגובה האט מיר סאכדעס געבעטן אז איך זאל אריינלייגן, ער האט עפעס פראבלעמן מיט די קרעטשמע, ביטע מתפלל זיין פאר אים
איך ווייס אדער איך הער? [בילד — נישט געראטעוועט]
לאמיר דיר פרובירן מסביר זיין מיין קשיא, סיז זייער טיף.
איז אזוי, איך, דו, יאנאש, קרעמער, יגר, גרויזאמער, יענטאאש זצ"ל, און נאך אלע אנדערע וואס כ'דענק נישט איצט אויפן פלאץ, זענען אידן וואס פארברענגן נישט קיין סאך צייט, אבער קומען דא אריין אין רעדן דורך וויכטיגע ענינים, איצט מ'האלט שוין ביי צען טויזנט תגובות, האו קערס? זאל מען האלטן ביי מיליאן אדער צען מיליאן, מה כל הרעש? סיז דאך א דבר פשוט, אויב שרייבט מען אוטעמאטיש ווערן די תגובות מער און מער, איז וואסשייך פייערען? סיז עפעס א נס? סיז עפעס א יומא הילולא? לעסימכע מאזע אויסע? וואסערע חינגא אידאס?
איצט צום אנדערן זייט קוגל, סיז געקומען א איד און געפענט א אשכול פון זאכן וואס אדם דש בעקביו, כדי דער אוילעם זאל זיך כאפן ביים קאפ, אן אנהויבן ניסהער צו זיין דערינען, איז געקומען א איד, און געטאנעט, נו קטרוג? הגם דע גרעסטע קיטרוג אידאך אז מ'איז נישט ניסהער אין די זאכן, ני שאן מיילע.
איז ער אויפגעקומען מיט א געדאנק פון פארדרייען דעם גאנצן מאטורע פונעם אשכול, אז מ'זאל זיך אנהויבן נעמען יעדע טאג אדער וואך איבער א נושא שאדם דש בעקביו, און דאס אנגערופן א מבצע, ני ארלעדיגט, אבער וואס האט עס מיט דעם חינגא פון 10 טויזענט תעגיוועס? איז מען נאר מעכיעוו זיך צו נעמען צו די עניונעם נאר אויב סיז דא צען טויזענט טעגיוועס?
פארענפער ביטע מיין מוח פון די שאלע, באציה זיך נישט ביטע צו די ווערטער.
טוידא