הויפט זייט » די היימישע קרעטשמע » היימישע פארברענגן » מען גרייט זיך צו די שלשים...

מען גרייט זיך צו די שלשים...

13 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #614
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
רביעי נוב' 01, 2006 11:39 am#1
מען גרייט זיך צו די שלשים...
אין די טעג רישן זיך די חברי הקרעטשמע אפצוצייכענען די דרייסיג'סטע טאג זינט יענעם ביטערן פריהמארגן ווען אונזער ראש הקהל מר. יענטאאש האט זיך אפיציעל געזעגענט פון אונז.http://tinyurl.com/vc74q

בשעת מעשה האבן מיר נאכנישט געגלייבט אז דאס וועט טאקע פאסירן אין די ווירקליכקייט, מיר האבן זיך איינגערעדט אז עס איז בלויז אן אפשרעקונג, א אויסשריי פאר אטענטשן וכדומה, אבער מיטן לויף פון די טעג האבן מיר אנערקענט אז דאס איז גאר געווען אן ערנסטע געזעגענונג, און מיר האבן טאקע נישט די זכיה אז יענטאאש זאל זיך דרייען צווישן אונז...

לאמיר טאקע פארלאזן א טרער אויף זיין פרישן ... און זיך טרייסטן מיט די נייע שרייבער וואס זענען אריינגעקומען אונטער אים, טייל פון זיי מיטן זעלבן פראבלעם (איבריגע צייט) וואס האט אים ערווארבן זיין נאמען אלץ ראש הקהל.

בלייבט אונז בלויז איבער צו וואונטשן אז די אלע פרישע שרייבער זאלן אויך פארנומען ווערן - מיט א מאס - און אונטערהייבן די מאטראץ'ן מיט גלאטע הונדערטערס עד ביאת הגואל.
חמישי נוב' 02, 2006 12:12 am#5
מען גרייט זיך צו די שלשים...
די לויה קאר איז קוים ארום געפארן און די האלסט שוין ביי די שלשים?
חמישי נוב' 02, 2006 12:58 pm#6
מען גרייט זיך צו די שלשים...
ווער גייט האלטן מילי דהספידא? כאלט אז מ'זאל רופן עפעס א נואם הכבוד.
חמישי נוב' 02, 2006 6:36 pm#7
מען גרייט זיך צו די שלשים...
סאכדעס

וועם האסטו אין מיינד וואס וועט וועט יין דער נואם הכבוד,



איך טראכט אפשר קען מען רופען דעם וועלט בארומטען שרייבער ה"ה מר. יענטאאש, צו זיין דער נואם הכבוד.
חמישי נוב' 02, 2006 6:45 pm#8
מען גרייט זיך צו די שלשים...
מעסטער גלייב מיר אז כאב געקלערט פון דעם בשעת'ן טייפן, אבעער כאב אזוי צו זיך געקלערט, אז מפני הכבוד פאסט נישט אז א טויטער זאל.. פארשטייסט?
שישי נוב' 03, 2006 2:56 pm#10
מען גרייט זיך צו די שלשים...
שטעלט אייך פאר מען ריפט אויס אז דער נפטר זאל מספיד זיין, איך מיין אז רוב עולם וועט אוועק לויפען, א יא?
ראשון נוב' 05, 2006 1:50 pm#12
מען גרייט זיך צו די שלשים...
נו האט מען זיך שוין געענדיגט גרייטן צום שלושים?

יעדער איז שוין רעדי צו די שלושים..?

......... טרי......

........ טו........

.........וואן!......


......ההההפ..... שלושים!!!!!.........