אוי! מיין באלאבאס.........!!!

6 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #103
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
Tue Aug 05, 2008 5:08 pm#1
אוי! מיין באלאבאס.........!!!
מה לי אריין צו רעדן דא, אבער די שווארצע רונדען רינגס מיינע אויגן, אוי! די שטערנס פליען נאך, מיינע פיס וואקלען זיך, אפשר העל איך קענען הערן אפאר גוטע טרייסט ווערטער אין מיין חרוב'דיגן מצב.

דער צודרייטער בעה"ב אינגער פון מיר מיט עטליכע יאר, איז נעכטן נאכט אריין א שגעון אין קאפ, ער האט זיך דערפרישט פון זיין שינת כלב, 8:00 נעכטן נאכט ריפט ער מיר אן מיט א קול דממה גסה, ראני די גייסט היינט נאכט זיין אין אפיס ווייל איך דארף וויכטיג עפעס ערלעדיגען מיט דיר, כייב אן מעקעצען.......אההההםם......... אקעי הער נאר זע דארט צו זיין 10:00 אזייגער איך העל דיר אריין קאלן אין אפיס כעל האבן אויף קאנפרענץ דעם אנדערען אויסגעפאפענער, אקעי ערלעדיגט? נו גיי זאג ניין.

צען אזייגער שארפ האט די לעקטערס ביי מיר אין אפיס אנגעהויבן צו שיינען, כ'זיץ און ווארט אויפן קאל קוקט אויס ער איילט זיך נישט, ער דארף נאך ענדיגן אפאר פאפיראסן מיט זיינע חברים אין שול, עלעווען פיפטין האט ראני דיסיידעד עד כאן איך גיי אהיים, שפאצירענדיג קלינגט דער סעלערי, די מאגן האט זיך מיר געגעבן אזא דריי..... ער קאלט! טאקע ער.......! האלא! שרייט ער אריין אין טרייבל ביסט נאך דארט? ניין יעצט ארויס, אקעי פליז גיי צוריק, הקיצור צוריק אויפן אפיס בענקל, נא מעקעטץ איך מיט א קעצעלע שטימע וואס ווילסטו? אין צען מינוט ארום גיי איך האבן יענעם אויפן ליין, ערלעדיגט זאג איך בלית ברירה, נאך עספיעט צו הערן דעם לעצטן פאפאקארן קיי פון זיינע גומען......... באריכות - געקאלט, געטייפט, אנגעצייכנט, אלעס געטון אקעי מאך מיר פון דעם צעטל א פי די עף און אימעיל מיר עס אריין, נאך צווי מינוט ערלעדיגט געאימעילט וואס מיינט איר הער איך פון דעם אנדערן זייט טרייבל אוי?! פונקט יעצט כאדאך יעצט אנגעפאנגן א געים, כאב דערלאנגט אזא פראסק פארן טרייבל.......... ענדליך איינס אזייגער בין איך אנגעקומען אהיים, מיט מיין מידען זעקל ביינער.

ראנעלד! ראנעלד! הער איך א גריצעלדיגע שטימע אין מיין חלום, ראנעלד! מוישעלע וויינט שוין צוויי שעה אפשר נעמסטו מיך אביסל איבער? שרייט זי מיט א בעטעדיגע שטימע, קיין ברירות ראני שמייסט ארויס פון בעט און וויגט דעם מוישעלע וואס האלט נישט ביי גארנישט אויסער וויינען.

נישט האבענדיג וואס צו טין האביך ארויף געצויגן דעם ווינדשילד און אויפגעזיכט דעם מארגען שטערן, און אזוי האביך מיך צושמיסט מיט אים.

שטערן שטערן! וואסארא פרייד דארפסטו האבן אז דיין בעה"ב האט דיך געלאזט שלאפן ביינאכט.

שטערן שטערן! פארוואס עפעס ביסטו היינט אזוי פארטינקעלט אין מיינע אויגן.

שטערן שטערן! אפשר קענסטו פועל'ן ביי יהושע ער זאל אפהאלטן דעם זון איך זאל נאך קענען עטוואס שלאפן.

מיט שיינעדיגע בליקן האט דער שטערן גענטפערט,

ראני ראני! דער זעלבער בעה"ב וואס האט מיך יעצט ארויס געשיקט האט דיך ארויס געשיקט.

ראני ראני! פארוואס עפעס ביסטו היינט אזוי פארטינקעלט אין מיינע אויגן.

ראני ראני! זיי נישט געפאלן סעט נאך קומען גוטע צייטן.


שוין, אויסגעגעבן מיינע ליידענישען דא פארן ציבור, דאס איז געווען מיין איינציגע נחמה, דאגה בלב איש............
Tue Aug 05, 2008 5:32 pm#3
Re: אוי! מיין באלאבאס.........!!!
ראנאלד א העליכע ארטיקל ישר כח

אבער די מיינסט אז א באלעבאס איז הפקר פעטריטשקע אין קען טוהן וואס ער וויל?

וויסן זאלסטו אז ער האט נאך מער דאגות ווי די פשוטער ארבעטער

וכ"ש היינט מיט די וואקלדיגע עקאנאמיע

אזויפיל האף איך אז אונז וועלן פארדינען אז ער וועט אויך שרייבן א שיינע ארטיקל
Wed Aug 13, 2008 10:55 am#4
Re: אוי! מיין באלאבאס.........!!!
שוין ראני האט שוין ווידער צוטון מיט זיין בעה"ב.

רבות איך נעם נישט קיין אחריות אויף מיינע געטייפעכצער, וואס גייען יעצט ווערן ארויס געשמיסן פון מיין פימפענאטער, מנהלים אחראים זייטס רעדי צו מעקן.

די שוים ליגט מיר נאך אויף מיינע טריקענע לעפצען, די סאפער האט זיך נישט געלאזט אנשלינגן אין ראניס מאגן, ציטערענדיג וואס עס ווארט אים אפ דארטן, דא קומט יעצט ביטערע ברומען פון א פארווינדעטע לייב, די ברומען וועט אפהילכן מיט א מעכטיגן ווידער קול אינעם ווינקל.

דו צודרייטער קליינער טאטער! דו מיינסט טאקע עס איז א הפקר וועלט?! צו מיינסטו טאקע אז דער גאנצער וועלט באלאנגט פאר דיר?! הא?! מיינסט אז ווייל די ביסט באגליקט געווארן צי זיין מיין בעה"ב קענסטו טרעטן אויף מיינע געהירן, נא וועי! מיינע נערוון וועלן מער נישט זיין דיין שפאציר גארטן, און מיין פלייש וועט מער נישט זיין קיין ארטיקל פאר דיר צו זויגן, מיינע אויגן וועלן פון יעצט און ווייטער מער נישט זיין קיינע קעלבערנע בליקן וואס וועלן דיר אריין קוקן פון הינטען אויף ארויף בלאסלעך און דערשראקן, דער אויסגעמויזאכטס דא וועטסטו באלד באקומען אין אימעיל אלץ מיין כתב התפטרות, און פטור ווערן פון דיינע שגיויות דמיונות וחזיונות.

הער מיר אויס דו קליינער שמויגער, די ביסט נאך ניי און די וועלט, און עס קוקט דיר אויס ווי עפעס א געשמאקע טאבע מיט וועם מ'קען זיך ארום שפילן, יעצט וועסטו געוואר ווערן אז די וועלט דרייט זיך נישט אלץ פונקלעך אזויווי דו ווילסט, יא יא טאקע יעצט אינמיטן די גרעסטע פראדזשעקט, ווען דו דארפסט צי מיין הילף צוקומען אבער נאך ווי, העסטו הערן דעם בלא מיט א גרויסע אלף פון אלף בינה ארויס, פארדריי דיך מער נישט נעבן מיר, און ווער פון מיינע מחשבות ארויס געווארפן, אבער שוין!.

האב איך שוין אויסגעשפיגן מיינע אנגעצוימטע שפייוואכטס פון מויל ארויס, יעצט קען איך שוין אביסל דערציילן.........סיז דא איינער וואס הערט מיך נאך אויס................? מיינע ביטערע קאשמארן.

ראני האט א מנהג יעדן טאג אהיים צו גיין פון אפיס אים האלבער זעקס, היינט רופט מיר דער געוועזענער בעה"ב בערך פערטל נאך פינעף, הער אויס זאגט ער מיר ראני, דו ווייסט דאך אונז האלט מיר יעצט אינמיטן א גרויסען פראדזשעקט, איך בין יעצט אויפן וועג אריין אין שטאט, כעל זיין ביי דיר ביז דריי פערטל שעה, מ'דארף אפאר וויכטיגע ענינים אויסשמועסן ווארט מיר צי, מיט זיין העפליכקייט לייגט ער נאך צי, ווייסט דאך איך בין נישט יעדן טאג אין שטאט, נא איינמאל העסטו זיין אביסל לענגער, איך קום מיט אלע אנדערע חברה ערלעדיגט? ראני: יא, בד"וו דריי פערטל שעה מיינט טאקע דריי פערטל אדער צוויי שעה? ווייל אז נישט גיי איך אהיים און איך קום צוריק ווען דו קומסט אן, ניין פונקטליך, אקעי העמיר צו ווארטן.

טיק טאק.......טיק טאק......... א שעה מיט א פערטל גייט אריבער, והנה זה בא.

שפאצירט ער אריין מיט א ריזיגע בעג סאפער פארן גאנצען עולם, מיט אזא זייטיגע שטיפ ריקט ער מיך אוועק פון מיין פאזיציע ביים סקרין, און הייבט אן אכל'ן אז ס'גייט א רויעך.

איך זיץ מיר אזוי אויף שפילקעס הייב שוין אן צו זאגן וואס די ווילסט, מיינע דריי פיצעלעך ווארטן שוין אויף מיר איך זאל זיי אנפיטערן, אבער דער פולקע איילט זיך נישט, כייב אן צו מעקעצען נא אפשר וויל איינער זיין אזוי גוט און אנלייטן די תכלית פינעם היינטיגן אסיפה, פיר גרויסע אויגן ברעמען שפרנגן ארויס אויף מיר, וועלכע אסיפה? וואס הייסט די יעצטיגע אסיפה, קיינער ווייסט נישט פון וואס איך רעד, מיט גרויס קווענקעלנישען זאג איך מיט א איידעלקייט, מר. יר"ה (ער האט שוין געהאלטן ביים צווייטן טעלער קאמפאט) וואס איז די ציל פון די יעצטיגע אסיפה? ראני זיי אזוי גיט און געמיר א צוגערעטעל, נאדיר האסטו, טרינקט ער זיך צי א קאלע, אזוי בינו לבינו געט ער א קוק אויפן זייגער אוי! ס'שפעט געט ער א שריי איך מוז לויפן כאב א וויכטיגע מיטינג, איז צו וואס האסטו מיך אויפגעהאלטן דא א שעה? פרעג איך שוין אביסל כעסיג, נא כע שוין רעדן מיט דיר אויפן טעלעפאן.


איך האב נישט מער וואס צי זאגן, מר. באס! ביסט א פאסרוכעטע.........פיצי שמויגער.
Thu Aug 14, 2008 1:22 pm#5
Re: אוי! מיין באלאבאס.........!!!
Wow, אזאנס ? א שמאנדראק פון א בעה"ב, אוי האב איך אים געוואלט צורייסן לייענענדיג דאס, האסט מיך פשוט אריינגעברענגט דארטן ווי דער פעצאו פרעסט א צונג סענדוויטש און די סלינע רינט אים פון מויל, בשעת דו ראני שטייסט דארט אונטערטעניג מיט א פארטרוקענטע מויל מיט די צונג אינדרויסן.

זאג אים נעקסט טיים אז דו וואס דער בערלינער וואנט איז צוגאנגן אונטער דיינע הענט, קענסט דיך נאך אן עצה געבן מיט א אנגעפראסענעם בעה"ב.

זייער הנאה געהאט.
Thu Aug 28, 2008 4:58 pm#6
Re: אוי! מיין באלאבאס.........!!!
יעצט געליינט סאיז מוראדיג.

האסט מיר אביסל בארואיגט, איך האב אמאל געמיינט אז עס איז נישט דא קיין ערגערס ווי איך האב.