די דאנערשטאג אשכול

36 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #119
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
Thu Aug 07, 2008 12:23 pm#1
די דאנערשטאג אשכול
יתוש קדמך.

דאס איז א פאקט, יא דו און איך וואס אונז שלאג מיר זיך ארום יעצט מיט פליגן, מאסקיטאס, בינען וואס שטעכן אדער אין בעסטן פאל דזשומענן אויף די געהירן, די נערוון קריכערס וואס שטיפן זיך אדורך יעדע לאך פון די סקרין כדי אנצוקומען צו די פארטש לייט באנאכט, די אלע זענען באשאפן געווארן א טאג פאר דעם הויכגעשעצטן מענטש וואס האלט זיך גרעסער פון אלעם.

יא פארפאלן, אזוי האט דער באשעפער געוואלט, ווי צו זאגן, האלט דיך נישט אזוי גרויס דו מיטן שיינעם קעדילעק.

וואס בלאזטו אזוי פון דיר ? יתוש קדמך !! האסט געמאכט עטליכע גוטע ריעל עסטעיט דילס ? פיין און וואויל, אבער פארגעס נישט אז עס קומט פונעם זעלבען באשעפער וואס האט געהאלטן פאר וויכטיגער צו באשאפען קודם די טונא פיש און די באטער-פליי.

זעסט דארטן א גאנצע מחנה מורישקעס ? א באנדע גארנישטלעך, אבער זיי האבן שוין אנגעפירט מיט פעסטע אקטיוויטעטן ווען מיר קעניגליכע מענטשן האבן נאך נישט געזען די שיין פון די זין

אז מען טראכט אריין אין דעם, איז גרינגער צו האבן א שטיקל הכנעה.
יא, יתוש קדמך.
א פרייליכען דאנערשטאג.
Thu Aug 07, 2008 12:54 pm#2
Re: די דאנערשטאג אשכול
יש"כ בעכער הערליך שיין.

בינען וואס שטעכן, איי וואספארא טובה ס'ליגט אין די בריאה פון די נישטיגע בינענדלעך, לייען א נייעס קעפל, וויכטיגע אסיפה פארגעקמען איבער בינען מגיפה, די אגריקולטער דיפארטמענט איז זיייער באזארגט איבער די לעצטיגע מגיפות וואס קומט פאר ביי די בינען, טויזענטער בינען שטארבן אויס אן קיין סיבה, וואס איז די גרויסע סענזאציע? אן קיין אריכות, די טבע פון די בינען איז אז זיי טראגן פארשידענע שטויבן פון איין בלום צום צווייטן וואס דאס איז א וויכטיגע חלק וואס די פיורת דארפן האבן צו קענען וואקסן, און אז דאס וועט פעלן מי יודע וואס וועט זיין מיט די אלע פירות וירקות.

איי ווי עמוק עמוק איז יעדע קליינטשיגע (גרויסע) נקודה פונעם באשעפערס בריאה.
Thu Aug 07, 2008 3:04 pm#4
Re: די דאנערשטאג אשכול
יישר כח זילבערנע בעכער

ווען די האסט ווען אזעלעכע אנאליזן אויף יעדן טאג אין יאר וואלט מען געהאט מער וואס צו ליינען
Thu Aug 14, 2008 12:24 pm#8
Re: די דאנערשטאג אשכול
זאג מיר דעים אמת, די האסט טאקע געוואלט זאגען שכוח, אדער די האסט סתם געוואלט ארויפברענגען די אשכול?
Thu Aug 14, 2008 12:38 pm#10
Re: די דאנערשטאג אשכול
איזאק אויב בעטסטו א וואך פארלאנג מיר א תירוץ, אזונס און אזעלעכס, ס'זאל ראקן! פארשטאנען? אינז העמיר נישט ווארטן א וואך סתם אזוי.
Thu Aug 14, 2008 3:02 pm#13
Re: די דאנערשטאג אשכול
פון היינט און ווייטער העמיר שוין האבן ווער ס'זאל אינז זאגן, אה! וואס ווייסט עטץ קליינע קינדערלעך, אין אונזערע צייטן זעמיר געזעצן ביים טייך ביים עק שטאט געוואשן וועש, אוי האבן מיינע פינגערס געבליטוגט.......

בד"וו פייטל דער אויבערמאן איז נישט דיינס א יוגענט חבר?
Thu Aug 21, 2008 9:55 am#15
Re: די דאנערשטאג אשכול
שוין דאנערשטאג, זילבי האט אנגעווערטשאפט א שרעקליכס, איך טראכט פון א פליג...
Thu Aug 21, 2008 2:21 pm#19
Re: די דאנערשטאג אשכול
ווי אזוי קומט אן פון א פלעינע דאנערשטאג צו סארייעסעס ?

עניוועי, א העפי דארשטעריג.
Thu Sep 04, 2008 2:12 pm#24
Re: די דאנערשטאג אשכול
ראנעלד די כאפסט נישט דאנערשטאג באקומט מען די טשעקעל און אויב דער דאנערשטאג טשעקל איז גיט דעמאלס גייט שוין די גאנצע וואך בעסער, פארשטאנטא?
Thu Sep 04, 2008 2:57 pm#26
Re: די דאנערשטאג אשכול
איך גיי מיך נישט טענהן מיט דיר ווייל דא איז נישט די טענהן אשכול.
אבער איך זע נישט ווי אזוי די וועלט וואלט געווארן אפעקטעט ווען דו באקומסט ווען א טשעקל דאנערשטיג.
Thu Sep 04, 2008 3:04 pm#27
Re: די דאנערשטאג אשכול
נישט זיך טענהן'דיג וועט די וועלט אפעקטירט ווערן, הער זיך צי וועסטו פארשטיין.

ווייל אויב איך וועל באקומען א טשעקל וועט מיין ווייב שמייכלן, און אז מיין ווייב וועט שמייכלן וועלן אלע אירע חאבערטעס שמייכלן און אז אירע חאבערטעס וועלן שמייכלן וועלן אלע זייערע מענער שמייכלן און אזוי ביז עס וועט אנקומען צו מיסטער "וואס" און דאן ווען "וואס" וועט שמייכלן וועט דאך שוין די גאנצע וועלט שמייכלן, פארשטאנען.............???
Fri Sep 12, 2008 9:29 am#32
Re: די דאנערשטאג אשכול
איך בין שוין אנגעקומען דא פרייטיג העלעך מוזען גיין צו יום השישי