ויהי ערב ויהי בוקר - יום השישי!
ניין!
היינט איז נישט 'יום ראשון' און אויך נישט 'יום שני'.
'יום שלישי' האט אונז שוין זילבער איינגעמאלדן ווען דאס איז געווען, און דער 'יום רביעי' פארעכנט זיך שוין אויף אייער נעכטן.
דער נעכטיגער 'יום חמישי' איז שוין טאקע חלף והלך לו, אבער דער 'יום שישי' האט זיך נאך אויפן האריזאנט נישט באוויזן.
דער היינטיגער טאג איז דאך נישט בלויז נאך א 'יום' צום וועכנטליכן סדר. ער איז דאך נישט אן איינפאכער ויהי ערב ויהי בוקר 'יום שישי'. ער איז עפעס אן אויסנאם. ער איז א ויהי ערב ויהי בוקר יום השישי. א טאג מיטן גרויסן ה"א הידוע, וועלכער רעכנט זיך אלץ דער באקאנטער טאג. אין היינטיגן טאג איז די וועלט באשאף געקומען צו איר פולשטענדיגן ציל. נעמליך, "ויברא אל' את האדם! ויברך אותם אל'".
*
א געטומל א געפילדער אלעס איז איז פארנומען. יעדער איז פאריאגט, יעדער איז פארפלאגט. רבא זאלצט די פיש און רב יוסף האקט קעפ. אלע, פון גרויס ביז קליין, זענען פארפארעט אין דעם היינטיגן יום 'ה'שישי. עפעס א קלייניקייט? ס'איז דאך א געבענטשער טאג! א טאג וואס דער גרויסער באשעפער האט צוגעטיילט פאר אונז מענטשעלעך א ספעציעלע ברכה - ויברך אותם אל'!
ויהי ערב ויהי יום השישי – ויכולו השמים והארץ!
אידילעך שרייט'זשע גוט שבת!