הויפט זייט » נייעס און באריכטן » געהארגעט דעם טעראריסט! און וואס האמיר דערפון?

געהארגעט דעם טעראריסט! און וואס האמיר דערפון?

9 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #129
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
Tue Aug 12, 2008 10:37 am#1
געהארגעט דעם טעראריסט! און וואס האמיר דערפון?
נעכטן נאכט 2:15 איז געקומען די נייעס אז דער על קידא קאמאנדיר אבא סיאד על-מאסרי איז געהארגעט געווארן אין פאקיסטאן דורך פאקיסטאנע טרופן נעבן דעם אפגאנער גרעניץ.

באריכטן געבן איבער, ער איז געווען פון די העכסטע פירערשאפט אין על קידא.

ער איז דער גרעסטער על קידא טעראריסט עלימינירט צו ווערן, זינט די טויט פאריגען מאנאט פון קאהאבאב אל-מאסרי אן עקספערט אויף כעמישע און ביאלאגישע וואפן.

פון פאקיסטאן געט מען איבער אז ער איז געווען באקאנט אלץ, מוסטאפא אבא אל-יאזיד ווי אויך אלץ אבא סאיד אל-מאסרי.

ער איז באקאנט אלץ א קאמאנדיר אין אל קידא, און ווי אויך די פינאנציעלע מענעדזשער פון זייער גאנצע נעטווארק.

ער איז שוין געזעצן אין תפיסה אין 1981 נאך דעם אטענטאט אויף דעם מיצרי'שן פרעזידענט.

זינט די טויט פון אנדערע פירערס אינערהאלב אל קידא, איז ער אנגעקומען צום דריטן ארט אין ראנג.

די נייעס איז גאר א פרייליכער פאר אמעריקא פאקיסטאן און אפגאניסטאן, זיי געבן איבער אז מיט די טויט פון דעם רוצח וועט היבש שוואכער ווערן די כח פון אל קידא.

אט אזוי ליינט זיך די היינטיגע נייעס.

יעצט א ווארט פון ראנעלד:
יעדע פאר חדשים קומט די נייעס מ'האט געכאפט א גרויסער טעראריסט, די גרעסטער טעראריסט אין איראק, סודאן, אינדאנעזשיא, פאקיסטן, די דריט גרעסטער אין אפגאניסטאן, אייביג מיט האפענונג אז דאס מאל וועלן זיי ווערן צוקלאפט אינגאנצען, נא האט עס שוין פאסירט???
Tue Aug 12, 2008 12:08 pm#2
Re: געהארגעט דעם טעראריסט! און וואס האמיר דערפון?
שכוח מר. רעיגן פאר די רעפארט.
עס צוקלאפט זיי נישט אונגאנצען ווייל מען כאפט איינע פון זיי, אבער מען זעהט ווי זיי ווערן שוואכער ווען מען כאפט איינע פון זייערע פירער.

אבער קוקטס ווי די גרויסע מעכטיגע אמעריקע האט נאך אלץ נישט באוויזן נאך זיבן יאר זיכן, צו לייגן א האנט אויף דעים ארכי טעראריסט אסאמא בין לאדין, ער דרייט זיך נאך אלץ ארום פראנק אין פריי אין לאכט פון זיי.
Tue Aug 12, 2008 12:42 pm#3
Re: געהארגעט דעם טעראריסט! און וואס האמיר דערפון?
היימיש, מען קען נישט זאגן אז ער דרייט זיך ארום פראנק און פריי ממש ווייל סוף כל סוף ווערט ער נאכגעפאלגט און ער לעבט שטענדיג אינטער פחד, און זייער מעגליך אז ער דארף אסאך וואנדערן צו באשיצן זיין לעבן
Tue Aug 12, 2008 1:29 pm#4
Re: געהארגעט דעם טעראריסט! און וואס האמיר דערפון?
עטץ זענטס אלע גערעכט, בין לאדין איז אויף דער פריי, אבער מיט א גרויסע געצוימטקייט(לויט ווי מ'פארקויפט אונז).

אבער וואס ברויך ארויס געברענגט צו ווערן איז, אז די שמחה וואס הערשט בינינו ווען מ'כאפט א גרויסן טעראריסט און אלע שרייען אה! יעצט זענען זיי צוקלאפט געווארן, דער שמחה איז רוב מאל א פאלטשער און א פריצייטיגער, ואיראק יוכיח, ווער געדענקט נישט די שמחה עצומה ווען מ'האט געכאפט אודעי מיט כוסעי סאדאמ'ס קינדער, און אלע האבן געטייטעלט אונז האמיר געכאפט דעם טוטער, און שפעטער ווען סאדאם איז געכאפט געווארן, און די גאר גרויסע שמחה ווען דער פאריקטער מטורף פון איראק (נאמען געדענק איך נישט) דער פירער פון אל קידא וואס האט זיך בארימט געמאכט מיט זיינע קעפ שניידעריי, איז געכאפט געווארן האט יעדער געשריגן אה יעצט גייט זיין סדר, און ווי דער מציאות האט געוויזן איז שפעטער גאר געווארן אסאך ארגער.

נאר וואזשע דען יא? יעדע פלאץ האט זיך זיינע פראבלעמן סיבות און מענטשען וואס דרייען אן טראבעל, און עס פעלט זיך אויס מהלכים וויאזוי עס אויסצוראטן ביזן שורש, צומאל איז א היבשע חלק צאמצוברענגן די עטנישע צוטיילונגן פון די פארריקטע פלעצער, און צומאל אנדערע זאכן ואכמ"ל.

אבער אמת מיט יעדע טעראריסט ספעציעל א קאפ שטיק, איז מען זיכער מיט א טריט נענטער צום ציל.
Tue Aug 12, 2008 1:49 pm#5
Re: געהארגעט דעם טעראריסט! און וואס האמיר דערפון?
ראנעלד ביסט גערעכט נאר לאמיר זיכער מאכן די האלסט די ךפאר א רעפובליקאנער אדער פאר א דעמאקראט, איך מיין אז פון דיין שרייבעראציעס דא קוקט אויס אז די ביסט א רעפובליקען {אוי כהאמיכנישט געכאפט אז די ביסט דאך ראנעלד רעיגן אוודאי א רעפובליקאנער}
Tue Aug 12, 2008 2:20 pm#6
Re: געהארגעט דעם טעראריסט! און וואס האמיר דערפון?
ווייס איך נישט פון ווי דו נעמסט צו מאכן אזא הנחה, אז איך בין א רעפובליקאנער? אויסער פון מיין נאמען, ווייל אין מיינע ווערטער מיין איך ליגט נישט קיין שום רמז צו וועלכע פארטיי איך טי אנגעהערן, אויב איך בין בכלל איינגעשריבן.........?

בד"וו מ'קען דיך ארעסטירן פארן ארויס קוועטשען פריוואטע אינפארמאציע פון אן אמעריקאנעם בירגער.............
Tue Aug 12, 2008 3:11 pm#9
Re: געהארגעט דעם טעראריסט! און וואס האמיר דערפון?
ראנעלד-רעיגן כתב:יעצט א ווארט פון ראנעלד:
יעדע פאר חדשים קומט די נייעס מ'האט געכאפט א גרויסער טעראריסט, די גרעסטער טעראריסט אין איראק, סודאן, אינדאנעזשיא, פאקיסטן, די דריט גרעסטער אין אפגאניסטאן, אייביג מיט האפענונג אז דאס מאל וועלן זיי ווערן צוקלאפט אינגאנצען, נא האט עס שוין פאסירט???


אוי איז דאס א ווארט !!
צי ס'האט שוין פאסירט?
ליידער נישט, רשעים כים נגרש השקט לא יכלו, ה' איש מלחמות, בעל מלחמות זורע צדקות, וואס איז דען א מענטש, נומער איינס נומער צוויי, מאכט נישט קיין סאך אויס, אז ג-ט וויל שיסט א ....