נו, גיי לערן מיט באלעבאטים ברטנורה
ווי קאמיש עס זאל זיך נאר נישט אנהערן איז דאס אבער פארט א פאקט. נישט מער און נישט ווייניגער ער לאזט מיר א שטימ-פאסטל אין מיין האנד-מאביל אז איך זאל אים צוריכטן אן ארטיקל. דאס קעדאחאס האט מיר אנגעכאפט אויסהערנדיג זיין שטימע וולעכע איז נאך ניטאמאל געצייטיגט. א קיצל'דיגער סקרוך באגלייט מיט אן אימה'דיגער פינסטער איז מיר דורכגעלאפן פון קאפ ביז פוס. די דמיונות זענען געפארן און די חזיונות נאכמער. איך האב זיך שוין געפונען אין א סיטואציע ווי גלייך איך צייל זיך ביי מיר אין שול אלס איינער פון די יושבי קרנות. מיט מיינע פארמאכטע אויגן און אפענעם קאפ האב איך שוין געזען פאר מיר א לעבעדיג בילד, באגלייט מיט פולצאליגע קאלירן, איבער מיין צעמושטער צוקונפט.
וויאזוי און ווער איז ער, דער אלמוני, דערגאנגען דעם בראדער סוד? ווער פאר א גוט יאר האט אים ענדעקט אז איך בין א שרייבער? וואס הענגט ער אויף מיר?
זיין שטימע האט ער שוין איבערגעלאזט אומגעפער א פיר-פינעוו מאל און אלץ מיט א פרישן פזמון, יעדן מאל מיט א פרישע מעשה. איינמאל בעט ער בלויז א טובה, דאס צווייטע מאל איז ער שוין גרייט צו בעצאלן און דאס דריטע מאל בין איך שוין א חיוב, ער פארלאנגט גאר בתורת חיוב איך זאל אים אנשרייבן אן ארטיקל. מרא דעלמא, ווער האט אים אריינגערוימט אין אויער אז איך קען די פאך? ווער האט אים ענטפלעקט אז איך בין בכלל א בר הכי צו די זאכן, אויב נישט אז איך זאל אננעמען אז ער האט ענדעקט דעם 'זארעכפעפער'? איין מזל האב איך אז אלעמאל קלינגט ער פונקט ווען דער מאביל איז פארלאשן.
צעשפילט זיך מיר אמאל דאס מזל ביינעזאם מיטן מאביל. עס קלינגט און זינגט אן אן אויפהער. מיט די היינטיגע טעכנאלאגיע איז דאך נישט קיין גרויסע חכמה צו דערגיין ווער דער רופער איז, צייכענעס און נומערן ערשינען דאך אויפן מאביל באלד ווען דער רופער רופט. און ווי דער שטייגער איז איינגעפירט ביי די בני הישוב, אין די פעלער, אז וויל איך ענטפער איך דעם רוף וויל איך נישט לאז איך אויסזינגען ביז אויס דעם גאנצן מאביל-קול-זמר. זייענדיג אונטערן איינדרוק פון נייגער געמישט מיט פארלוירנקייט בין איך דאס מאל אריינגעפאלן מיטן ערשטן אויסוואל, און איך האב דעם מאביל געעפנט און געענטפערט אזוי האלב פער'אבל'ט מיט א קול שותק ואומר דעם אינטערנאציאנאלעם אויסדריק: "האלאו".
ממכככ... איך פארשטיי פון דעם גארגל גערייבעכץ אז דער רופער שטייט אייגנטליך אין די זעלבע שיך ווי איך. ער האט זיך אנגעהערט אביסל פארלוירן. הפנים ער האט זיך שוין געגרייט צו זיין זעקסטע פאסט פזמון און דא פלוצים איז ער געכאפט געווארן אין א שאק, ער הערט גאר דעם "האלאו". ער קראצט זיך אויס דעם גרון, ער אריענטירט זיך און ענטפערט אזוי מיט זיין תמימות'דיגע קעלעכעל: "האלאו, א גוטן, דא רעדט מען פון פאראש-פאטעקער כולל. איך וואלט אייך געוואלט בעטן, מיר רישן זיך צו מאכן מערצעשעם א דינער אין אייער וואוין-שטאט קומענדיגן מאנאט לטובת אונזער כולל, מיר זוכן עפעס א גוטע באשרייבונג דערויף, אפשר וואלט איר זיך געקענט אונטערנעמען און דאס אהער שטעלן?"
איך האב אים געלאזט אויסרעדן זיין גאנצע דרשה, ווען אינדערצווישן צייט בין איך שוין אביסל צו מיר געקומען און כ'גיב ענטפער אים אזוי סארקאסטיש: "וואס דארפט איר זוכן פרישע סחורה, נעמט אפיר מיינע אלטע שריפטן וואס איך האב אייך געשריבן פארגאנגענעם יאר און נוצט דאס איבער. עפעס שלעכט דערמיט?"
"אםם... עממ... אנטשולדיגט... זענט איר ר' זארעכפעפער? קען זיין איך מאך א טעות איך וויל נאר זיכער מאכן אז איך רעדט צום ריכטיגן פערזאן".
"יא יא", ענטפער איך אים, "איר רעדט צו פעפער'ן. און איך רעדט צו שמעלקע'ן, יא"?
א שטילשטאנד האט ארומגענומען דעם אטמוספער. ער רעדט עפעס נישט ווייטער. האט ער אראפגעלייגט דעם מאביל, אבערוואז? יא, אזוי וואלט איך זיך געוואונטשן, אבער ס'ווייט נאך נישט פארטיג דער שפיל.
"האט איר דען שוין אמאל געשריבן אז איר אדרעסירט מיך צו אייערע פאריעריגע סחורה", פרעגט ער אזוי תמיה'דיג. "נו, אודאי", ענטפער איך אים, "דער וואס האט אייך איינגערעדט אז איך קען היי יאר שרייבן פאר אייך, דער זעלביגער קאן דאך אייך שוין, פאר דאס זעלביגע פרייז, אויך איינרעדן אז איך האב שוין געשריבן פאר אייך דעם פארלאפענעם יאר אויך"...
ער פארלירט זיך נישט. אדאנק מיינע כוונות ביים היינטיגן 'ותצלינו היום וכו' מפגע רע' האט מען זעט אויס אים געגעבן רעכט פון אויבן מקיים צו זיין דעם לפגע ולפגוע. וואלט איך געווען מכוון געווען כהלכתה וואלטן ווען מיינע תפילות זיכער נתקבל געווארן לרחמים, אבער אז איך האב אנגעכאפט מיינע געדאנקען און דאס געפירט צו אלצדינג און איבער אלצדינג נאר נישט צו וואס מען בעדארף האב איך שוין געהאט צו הערן און צו זינגען פון דעם פגע'לע. נו, צו וועם זאל איך נאך האבן טענות אויב נישט צו מיר אליין? וואס איינמאל זיכער איז, אז לערן געלט איז דאס מיר געווען אזוי אויף צום געדענקען. אויף ווי לאנג? כ'האף אז ביז מארגן זיכער...
ער, דער קליינטשיגער שמעלקע'לע מיט זיין קול דממה דקה, איז מיר מסביר אז ר' טעביל, מיין שול שכן, האט אים געזאגט קליפ און קלאר אז לפי ווי ער האט מיך קענען געלערנט וואלט איך ווען געווען דער פאסיגסטער בר נש אפצוגעבן אן ארטיקל ארויסצוברענגען דאס חשיבות פון זיין כולל.
קודם האב איך פריי אפגעאטעמט. ס'הייסט גארנישט קיין שייכות מיט מיין זיצן אין 'קרן זויות' אויף א פארברענג... וקרן אור פני זארעכ!
אז א רואיגקייט האט זיך באגאסן און דאס געוויסן האט זיך בארואיגט, הערשט דאן האב איך זיך גענומען צו זיינע ביינער. ס'הייסט ר' טעביל רייט אויף מיינע איינגעהאלטענע נאטורן? ער טרייבט פון מיר שפאס? וואס אזוינס פאלט אים איין אז איך קען די מלאכה?!
זעלבסט פארשטענדליך אז איך האב אים געגעבן צו הערן מיט א מנה יפה אזש איך שטעל מיך פאר אז בשעת מיין דרשה האט ער זיך מסובב געווען און פארשטעקט זיין פני כרוביא אפיים ארצה לקרן מערבית דרומית...
*
עס גייט נישט אריבער קיין גאנצע צוואנציג מינוטן און... עודך... דער חברה מאן רופט נאכאמאל. אבער דאס מאל רופט ער שוין ווי אן אויבער חכם, ס'שוין געווען צוויי זייטן פון א מטבע; בחור ונער מצד אחד וזקן וטעביל מצד אחר. ער האט מיך ארויפגעשטעלט אויף דריי זייטיגע קאנפערענץ רוף, ובחור וטעביל בדיבור אחד נאמרו ווען איך הער א דאפלטער ווידער-קול "האלאו... האלאו..."
"יא יא. א גוטן. ווער רעדט?", פרעג איך אזוי תמימות'דיג שוין מיט א רואיגע אויסגעגאסנקייט. דער ענטפער שפעטיגט נישט צוקומען, ווען איך הער פון די צווייטע זייט טרייבל די שטימע פון טעבלי'ן וועלכע טוט מיר ערקלערן אז כ'זאל זיך אונטערנעמען צו בעארבעטן אונזער שולכ'ל פאר דעם פאראש-פאטעקער כולל.
"דו קענסט מיר זאגן וואס דו קלעבסט אין מיר, ר' טעביל? וואס ווילסטו פון מיין לעבן האבן. ווער האט דיר איינגערעדט אז איך בין א בר יכול צו קענען בעארבעטן מענטשן?" ר' טעביל שטייט שטיל, געפלאפט פון מיין שארפע אומגערישטע אנטווארט. איך נוץ אויס די געלעגנהייט און כ'בין ממשיך: "זאג מיר, טעביל זיסער, האסטו שוין אמאל געהערט פון מיר א הויך ווארט אפילו? וואס אזוינס האסטו אויסגעקליבן דעם שטילסטן מענטש אין שול? און ווער רעדט נאך איך זאל גאר שרייבן אן ארטיקל, האסטו מיר שוין אמאל געזען מיט א פענע אין דער האנט? און אויב שוין יא ווייסטו דאך אודאי אז זי ליגט דאך ביי מיר אין דער האנט ווי א געלינקטער. מיט מיינע צוויי לינקע הענט ווילסטו איר איך זאל אנווארעמען א ציבור?"
הער מיך אויס זארעך, איז ער מיר מסביר, ס'האנדלט זיך דא פון גאר א חשובער כולל. א כולל פון זיידענע אינגעלייט. אידן בני תורה פון אלע סארט יארגאנג זיצן און הארעווען על התורה, און ווער נאך אזוי גוט ווי דו קען דאס ארויסברענגען און מסביר זיין פארן ציבור. ווער דען אויב נישט דו?
טעביל'ע מיין פריינד, צי איך בין ביכולת צי נישט דאס וועל איך לאזן אויף אנדערס מאל, אבער לאמיך דיר זאגן עפעס און הער מיך גוט אויס. דו ווייסט דאך גאנץ פיין אז ביי אונז אין דער שטאט איז א כולל קיין ארטיקל נישט! הכנסת כלה און פדיון שבויים, מוסדות און בנשק'לעך, וועלן צו יעדער צייט ארויס גיין מיט גאנץ א שיינע הצלחה, אבער א כולל? מאן דכר שמי'?!
דארף איך דען דיר זאגן? ביי אונז אין דער שטאט שטייט דאך א כולל די צווייטע אויף די ליסטע נאך די פאטריקאנערס. ס'איז פארהאסט. ס'האט קיין ווערט. ווילט איר זיין א שיינער איד, דאן קויפט אייך דעם טייערסטן אויטא און דאס שענסטע הייזקל און איר זענט א מענטש צום טיש. אויפן בעסטן פאל מוזט איר זיין א שיינער איד, כלומר; א דיין, א מגיד שיעור אדער אפילו סתם א מויל מאכער, אבער אן איינפאכער כולל מאן, לשם כולל אן קיין שום פייגעלעך אין קאפ, דאס זאל ח"ו נישט אויסשטיין צו חלומ'ן אפילו.
דו ווייסט דאך, ר' טעביל טייערער, אז אויב געלונגט פאר א אינגערמאן דאס מזל און ער האט אנגעצויגן ביי די גמרא ביז א דריי-פיר יאר נאך די חתונה, דאן איז ער פארהאסט ביי די האלבע שטאט. אלעס קוקט אויף אים מיט אזא מוקצה וקצוי'דיגער אפשיי; ס'הייסט ער לערנט אן קיין ציל?... יא, לאכט נישט, ער לערנט אן קיין ציל... דער ציל פונעם מענטש איז דאך קונה צו זיין אן אויטא מיט אן אייגן הויז, לערנען איז דאך בלויז אזא ערב ובוקר'דיגער חיוב, אבער סתם לערנען אן קיין ציל אנצוקומען צו עפעס א ציל? בלא, דאס נישט!
וואס א יאר לענגער א אינגערמאן בלייבט ביי אונז אין שטאט אין כולל, אלס גרעסער שטייגט די שנאה צו אים. פאר יעדע בלאט גמרא, פאר יעדן סעיף אין שולחן ערוך, שטייגט די שנאה צו אים פי כמה. ביי די אלטע שונאים וואקסט דאס לפי הדפים בעת ווען ביי נייע תושבים גייט דער וואוקס לפי השעות. אויב ווייסן מיר אז אין לך בן חורין כמי שעוסק בתורה, ווייסן זיי נאר דעם סאלאגאן פון ארבעטן מאכט דאך פריי. אזוינס? לערנען? הערויס פון כולל! אבער שוין! וואס א מין לעבן איז דאס?!
נו, גיי זיי מסביר אין אזא שטאט פארן ציבור דאס וויכטיגקייט פונעם פאראש-פאטעקער כולל? מיט קיין צען גראצער וועלן זיי נישט ארויסקומען. מ'וועט זיי אפשר צואווארפן א פיאסטער-צוויי כלאחר יד, א שטייגער מקיים צו זיין דעם לכלב תשליכון אותו, וזהו! פון קיין הצלחה זאלט איר ניטאמאל חלומ'ען. ווייסטו דען דאס נישט ר' טעביל, ענדיג איך אזוי בלשון שאלה.
ר' טעביל פרובירט זיך צו דינגען: "נעע... דער פאראש-פאטאקער כולל, וועלכער איז פקיע שמי' מיט זיינע בני תורה, האט גאר אן אנדער דין ומשמעות. עס וועלן זיך זיכער אפרופן רחמי' ומוקירי רבנן וועלכע וועלן אנערקענען דאס חשיבות פון דעם כולל. דאס איז דאך נישט סתם אזוי א כולל ווי מ'גייט און מ'קומט; א כולל וועלכע איז א ווארט-זאל פארן ארבעטס-פארמיטלונג. דאס איז דאך א כולל, פלאצירט דארט אין יענעם עק וועלט, וואו עס זיצן אידן וועלכע גרייכן שוין לבני בינה ולמעלה און זיי לערנען און לערנען פשוט לשם לערנען, כדי מקיים צו זיין דעם והגית בו יומם ולילה, אן קיין שום אנדערען ציל. אידן וועלכע מאכן שוין חתונה קינדער. אידן וועלכע האבן אין זייער לעבן גארנישט אויף דער וועלט נאר איין זאך: אויסצופולן דעם אידישן תפקיד אויף דער וועלט! מקיים צו זיין דעם ודברת בם בשבתך בבתיך, גארנישט עפעס אנדערש. יא, אידן וועלכע האבן שוין דורכגעלערנט רוב חלקי התורה נישט ווייל זיי ווילן ווערן דיינים אדער מגידי שיעורים, משגיחים אדער שיינע אידן. ניין, נאר פשוט ווייל זיי ווייסן און פארשטייען דעם ריכטיגן אפטייטש פון די ערשטע דיבורים אין מסילת ישרים וועלכע שטעלט די ברענעדיגע אויפפאדערונג פון: חובת האדם בעולמו!
זיי ווילן זיך פשוט משתשעשע זיין מיט דעם טייערן איגרת'ל וועלכער דער גרויסער קעניג זעלבסט האט צו זיי דיירעקט אדרעסירט. עס איז ביי זיי טייער און חשוב יעדעס אות והגה פונעם קעניגליכן בריוועלע. זיי ליינען דאס איבער איינמאל און נאכאמאל מיט אן אויסטערליש חביבות, אזש זיי קענען זיך דערפון נישט שיידן! האלאו... האלאו..., ר' טעביל, דו האלסט נאך מיט, ביסט נאך אויפן טרייבל?"
יא יא ר' זארעך, הער איך זיין שטימע וועלכע האט זיך אנגעהערט האלב פארשלאפן, און דו זאגסט מיר נאך אז דו ביסט נישט קיין שרייבער. קען זיין, אבער א רעדנער ביסטו זיכער... זיי מוחל שארץ דיר ארויף די ארבל דו ביסט איינגעשפאנט אין דער ארבעט.
איך א רעדנער? יא, איך וועל דעם כולל עסקן שיין מסביר זיין נעגעטיוו פארוואס נישט צו קומען. אויב וויל ער רעדן ביזנעסווייז, זאל ער זיך בעסער זוכן א צווייטן...
ולא אביתי, איך האב בשום פנים ואופן נישט געוואלט איינגעשפאנט ווערן אין דער אומנות הפאנד רעיזינג, אפילו בחינם. לא די וואס די מלאכה כשלעצמה איז א פרנסה שפילה ובזויה, זאל איך נאך נעמען שאנסן דאס אויסצונוצן פאר א כולל צוועק אין מיין גלילות? נאפ, עס איז שוין אריבער די גרעניצן פון פשוט נבילה בשוק...
נו, גיי לערן מיט בעלי בתים ברטנורה...