סטאטיסטיקס: לאמיר זיך לערנען רעכענען
אלס אן הקדמה צו די ענינים און טעאריעס וויאזוי סטאטיסטיקס ווערן גערעכנט און דאטא ווערט אנאליזירט, וועל איך מקדים זיין מיט א שאלה/חידה וואס מיר וועלן לאזן די לייענערס ענטפערן מיט הסברים און דערנאך אויסשמועסן די צדדים, וזה בני היכלי:
עס איז דא מחלה ל"ע וואס סטאטיסטיקס צייגן אז איינער פון טויזנט בירגער פון קובא זענען דערפון אנגעשטעקט, עס איז דא א טעסט וואס קען פעסטשטעלן אויף א פארשוין צו ער פארמאגט דעם דערמאנטן דעזיז, די טעסט אבער האט נאר א 95% פאזיטיווע רעקארד, ד.ה. אז 5% צייגט ער פאלשע רעזולטאטן אז ער באצייכנט מענטשן פאזיטיוו צום מחלה ווען באמת זענען זיי נעגעטיוו, פארקערט אבער איז ער הונדערט פראצענט אקוראט ד.ה. אויב באצייכנט ער איינעם נעגאטיוו צום דעזיז איז עס קלאר אמת.
לויט די אויבנדערמאנטע פאקטן, אויב וועט א דאקטאר צוגיין רענדעמלי (אן קיין חשבון) צו א פאלנער קובאנער איינוואונער און אים טעסטן מיט'ן דערמאנטן טעסט אויפן מחלה הנ"ל, דער טעסט קומט ארויס פאזיטיוו, די טריעטמענטס צו היילן דעם מחלה קומען באגלייט מיט גאר שווערע סייד-עפעקטס, לויט די דערמאנטע סטאטיטיקס וואס זענען די שאנסן אז דער יעניגער ליידט טאקע אויף די מחלה אז עס זאל ווערט זיין די ריזיקעס פון די סייד עפעקטס?
(דער ענטפער ברויך קומען אין א פראצענט פארמאט, לכתחילה באגלייט מיט א מאטעמאטישען חשבון אויף וואס זי איז באזירט)