הויפט זייט » נייעס און באריכטן » פרישע נייעס די לעצטע שעה

פרישע נייעס די לעצטע שעה

3 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #134
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
Mon Sep 01, 2008 9:10 pm#1
Re: פרישע נייעס די לעצטע שעה
ירושלים: א פרוי האט אריין געגעבן א קלאגע קעגן די "מהדרין אגד" באס קאפאני, אז זייער מהדרין באסעס וואס פארן פון ירושלים קיין חיפה שטעלן צי בעסערע סערוויס ווי די געווענטליכע אגד באסעס, זיי שטעלן זיך אפ אין די געגענטער ווי די מענטשען וואוינען, אנדערש ווי די געווענטליכע אגד באסעס וואס שטעלן זיך נאר אפ ביי די גרויסע סטעישאנס, זי קלעמט אז די נישט מהדרין פאסאזשירן האבן דערלייגט 77 מיליאן שקלים.
Thu Sep 04, 2008 2:05 pm#2
Re: פרישע נייעס די לעצטע שעה
פייער טשיף פון פאלסבורג איז ארעסטירט געווארן אויף א קלאגע אז ער האט אינטער געשטעלט א פייער אין סקופס באנגעלא קאלאני.

פאר צוויי טעג צוריק האט מען ארעסטירט זיין פעטער עדווארד סמיט אויפן חשד אז ער האט אנגעצינדן דעם פייער, און יעצט האט מען ארעסטירט זיין נעפיו דזשעימס סמיט דער פייער טשיף פון פאלסבורג אויף די זעלבע קלאגעס.

אוטוריטעטן זענען חושד אז ער האט עס אינטער געשטעלט כדי זיין דיפארטמענט זאל זיך קענען טרענען, שיין זעהן מיר אויס אז דאס איז די פייער טשיף..........
Tue Sep 09, 2008 10:01 am#3
Re: פרישע נייעס די לעצטע שעה
וואשינגטאן: די בוש אדמיניסטראציע פלאנט צו פארקויפן פאר United Arab Emirates א מיסל דיפענס סיסטעם און די ווערט פון 7ביליאן דולר, די פענטעגאן דארף עס יעצט פארלייגן פארן קאנגרעס און קאנגרעס האט 30 טעג צייט אויב זיי ווילן עס אראפ ווארפן, אבער געווענטליך שטעלן זיי זיך נישט דערקעגן, United Arab Emirates זאגט אז זיי דאפן עס וויכטיג זיך צי קענען באשיצן פון איראן.
בלאט: 1 2