איזאק'ס אשכול פייער-אפפער/סוער-וואסער
זיצן זיך די ווינקל באהערדע אזוי אויף דר'ערד מיט באטצעס און קארטאפל, צו קלאגן אויפן חורבן בית הכסא, אנומעל וואקט אריין זאנוויל בארשטן-בינדער מיט א רעיק אין טאש און א טאשן זייגער אויפן ארעם, ער גיט א געשריי וואס קוים די מייזעלעך האבן געהערט, עס האט אפגעדונערט ווי א בלעקאוט אין א העלן נאכט, אלע ארומיגע שפיצן אן די מיילער צו שמעקן וואס ער האט אפצובאקן.
די פירער פון סאוועיט-אירלאנד וויילן די טעג אין מארינבאד, ניו-זעלאנד, און בעפארברייטונג צו די הייליגע טעג הממשמשים ובאים, דער ארטיגער פרעזידענט דוד בן-גריון ימ"ש איז גראדע נישט אזוי אנגעזעצט ווי געפלאנט נאכדעם וואס די פרעסע באריכטעט אז אויך אין אמעריקע איז די עקאנאמיע נישט אזוי פויגלדיג "צרת יחיד כולו נחמה' זאגט ער מיט זיין צובראכענע ספאניש, ווי איראניש עס זאל נאר נישט קלינגען קען עס אבער פארט נישט איבערשרייען דעם שבת-פייפער.
אנדערע בולדאזערס וועלכע מאכן איצט זייער וועג קיין ירושלים זעען נישט פאר קיין ערנסטע טעראר-אטאקעס ה"י, ווייל ווי דערמאנט איז דער קלימאט שוין נישט אזוי קיל נאך די גלאבאלע ווערמונג פראצעדור וואס פראגערסירט און די פארקערטע ריכטונג.