דעבאטעס: מעקעין און אבאמא
עס הייבט זיך אן די ערנסטע פאליטישע טעג ווען די קאנדידאטן ווערן געשטעלט אויף פראבע צו זעהן וואס זיי פארקויפן, און בעיקר ווערט מר. אבאמא געשטעלט אויף א הויכע לעוועל פראבע צו זעהן וואס ער פארקויפט נאכדעם וואס זייט ער האט געווינען די נאמאנאציע האט ער כמעט נישט פארגעשטעלט עפעס זאכליכע זאכן צום פארקויפן פאר די אמעריקאנע פאלק, די איינציגסטע זאך וואס ער האט געהאלטן און איין שרייען איז טשעינזש האופ און נאך אזעלכע שטותים וואס עס כאפט טאקע די פאנטאזיע אויף א שטיק צייט אבער ווען מען ניכטערט זיך אויס שטעלט זיך די באמבאדיגע קשיא "וואס האסטו געזאגט?"........ האופ? טשעינזש? נו לאמיר זעהן וואס די גייסט טון צו טוישן די פראבלעמען, מיט וואס גייסטו אריינברענגן האפענונג אין דאס לאנד? עס הייבט אן צו באקומען א געפיל פאר די אמעריקאנער פאלק אז חוץ פון האלטן א שיינע דרשה קען ער נישט גארנישט, און דאס הייבט מען שוין אהן צו הערן נישט נאר פון די רעפובליקאנער נאר אויך פון די דעמאקראטן צוגלייך,
עס איז דא וויכטיגע זאכן אויפן סדר היום וואס מען האט נאכנישט געהערט פון אבאמא זיין אמת'ע מיינונג (אויב ער האט...) איבער דעם, ווי למשל מען וויל הערן וואס ער האלט וועגן די אמעריקאנע שוץ סיסטעם וואס אמעריקע פלאנט אויפצושטעלן אין פוילן אינדערצייט וואס רוסלאנד איז שטייף דערקעגן, (מעקעין האט שוין קלאר ארויסגעזאגט זיין מיינונג אן מורא אז ער האלט דערפון און ער שטיצט עס (ווער עס קען זיך אביסל אויס ווייסט ווי שטארק דאס וועט צונוצקומען פאר אמעריקע, און די פלאן איז שוין א אלטע פלאן פון יארן צוריק וואס עס האלט יעצט ביי די לעצטע פאזעס אפגעמאכט צו ווערן, עס וועט נאך דורן א שטיק צייט עס זאל זיין גענצליך פארטיג ואכמל"ב) אבער אבאמא האט נאכנישט קלאר געזאגט זיין מיינונג דערוועגן, די זעלבע איז מיט פארשידענע אישאס וואס מיט מקעין איז מען קלאר אבער מיט אבאמא ווייסט מען נאכנישט ווי מען האלט מיט אים
הקיצור עס איז יעצט פארגעקומען (דאכזיך מיר מוצאי שבת) א כמו דעבאטע צווישן מקעין און אבאמא אין א געוויסע קירכע אין קאליפארניע ווי דער גלח האט זיי אויסגעפרעגט פארשידענע שאלות, עס איז נישט אינטערסאנט עס דא אראפצוברענגען ווייל עס איז בעיקר געווען איבער רעליגיע זאכן און נישט צופיל איבער פאליטיק, אבער עס האט זיך שטארק ארויסגעוויזן די שטארקייט פון מקעין און די שוואכקייט פון אבאמא אין פארשידענע זאכן, קודם האט מקעין געענטפערט מער זיכערער און אבאמא האט היבש געקעקעצט, בפרט ווען מען האט געפרעגט זיי ביידע וואס עס איז געווען זייער שטארקסטע אויפטוה אין זייער לעבן וואס מקעין האט געהאט אויף דעם אסאך וואס צו ענטפערן איבער זיינע שטייפקייטן לטובת אמעריקע ביי די וויעטנאם מלחמה און נאך, און אבאמא האט ווי אנאר געענטפערט אז עס איז געווען ווען ער האט געשטימט קעגן די מלחמה אין איראק... ווי אויך איז געווען שטארק געשמאק צו הערן ווען מען האט געפרעגט מקעין וואס איז געווען זיין בעסטע מאמענט אין זיין לעבן, וואס ער האט געענטפערט מיט א געשמאקייט "די בעסטע צייט אין מיין לעבן איז געווען ווען איך האב חתונה געהאט" עס האט שטארק ארויסגעברענגט זיין אפנקייט און נאטורליכקייט מיט וואס ער איז געשאנקן.
אין די ענדע זאגן אנאליסטן האט מקעין געווינען די דעבאטע און אבאמא'ס אנזעהן איז שוואכער געווארן, אבער נישט אלע זאגן אזוי .
איך האב געשריבן זייער בקיצור און אויסגעלאזט אסאך פרטים, ווער עס וויל קען עס זיין באריכות דא
http://foxforum.blogs.foxnews.com/2008/08/18/why-mccain-may-beat-obama/