הויפט זייט » נייעס און באריכטן » ווען עס איז א שטאטישער פראבלעם איז נישט געפערליך

ווען עס איז א שטאטישער פראבלעם איז נישט געפערליך

8 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #152
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
Tue Aug 19, 2008 10:59 pm#1
ווען עס איז א שטאטישער פראבלעם איז נישט געפערליך
ליידער האט היינט פאסירט א שוידערליכע מעשה אין וויליאמסבורג, מיט א קליין קינד וואס איז אראפ געפאלן אינטער א עלעוועטער, איך בין נישט דא אויסצושועסן די מעשה, וויאזוי און ווען עס האט פאסירט, יעדער איז באקאנט מיט די דעטאלן, און ווי אויך איז עס צו הארץ רייסענד אז מיין פעדער זאל זיך קענען נעמען איבער דעם.

אבער א קליינע סניף פון די מעשה איז וואס עס האט געכאפט מיין אויג, און מיך געברענגט צו אפשרייבן מיינע פאלגענדע דיבורים, כאטשיג איך קען רעדען צום דופן, אבער מיינע בויך ווייען וועלן אפשר אביסל פארשווינדן ווערן.

אלע לאקאלע ווי אויך טייל נאציאנאלע נייעס סטאנציעס זענען היינט געווען פארנומען מיט די מעשה, און ווי פארשטייט זיך נאכגעברענגט סטעיטמענס פון מענטשען איבער די מעשה, די ערשטע וואס דארף ווען צו זיין עפעס צו קאמענטירן איבער די מעשה זענען די שטאטישע אוטוריטעטן, אבער ווי שטוינענד איז געווען אז שעות נאך די מעשה האבן נאך די נייעס סטאנציעס געמאלדן אז זיי האבן זיך פראבירט צו פארבינדן מיט איינעם פון די האוזינג אטאריטי צו הערן וואס זיי האבן צו זאגן, אבער אין קול ואין עונה עס איז נישט דא צו וועמען צו רעדן, וואס גייט דא פאר?! עס האט פאסירט ביי דיר אין בנין א טראגעדיע און ניטאמאל ביסטו דא א ווארט צו זאגן? דאס ברענגט ארויס די שטארקע נאכלעסיגקייט וואס הערשט אינערהאלב אונזער געטרייע שטאטישע בהמות בלע"ז, בכללות ובפרטית.

לאמיר אביסל איבער דרייען ווען די מעשה איז ווען פארקערט, ווען עס פאסירט ח"ו א טראגעדיע ביי פריוואטן מענטש אין זיינס א פראפערטי, ווי שנעל זענען זיי דא צו קאמאנטירן, ווי שנעל ווערט א פלאץ אפגעשפארט פאר יעדע קליינגקייט וואס פאסירט נאר, קער צו נעמען פון יענעם זענט עטץ דא תיכף ומיד, אבער קער צו נעמען פון ענקערע אייגענע פראבלעמן ווערט עטץ פלוצלינג פארשווינדן?! איך ווייס אז איך רעד יעצט צום טויטן וואנט, קיינער וועט זיך אוודאי נישט קימערן מיט מיינע פאר דיבורים וואס איך לאז דא פאלן, אבער מיין אינערליכע אויפברויז ברענגט מיר צו שטעלן די פאר פראגעס פאר אייך,

ווער דארף זיין א סעמפל אויסצופירן די געזעצן וואס עטץ מאכטס?

וועלכע בילדינג דארף זיין די מערסטע סעקיורד אויב נישט אייערס?

וויפיל וואלט עטץ פארפירט ווען אזא פאסירונג פאסירט ביי א פריוואטע בירגער, און ער איז נישט דא צו באקומען תיכף ומיד?

וויפיל בנינים האט עטץ צוגעשפארט פאר קלענערע סעפטי פראבלעמס?

ווי שנעל זענט עטץ דארט ווען עס ווערט באריכטעט א פראבלעם אין א פריוואטן בנין?

ווי שנעל זענט עטץ געקומען ווען מענטשען האבן באריכטעט פראבלעמן אין אייערס א בנין?

ועוד ועוד ועוד.

ווי עס קוקט מיר אויס וועלן די קשיות שוין שווער בלייבן אויף אייביג.
Wed Aug 20, 2008 11:05 am#2
Re: ווען עס איז א שטאטישער פראבלעם איז נישט געפערליך
אפשר ווען דער צורידערטער בלומבערג וועט פליען (האפנטליך) וועט ווערן עטוואס בעסער
Wed Aug 20, 2008 11:24 am#3
Re: ווען עס איז א שטאטישער פראבלעם איז נישט געפערליך
שעפעלע לייג נישט צופיל האפענונג אז ביי א צווייטן וועט זיין בעסער, נאכדעם וועסו זיין צו שטארק דיסיפוינטעד.
Wed Aug 20, 2008 11:58 am#4
Re: ווען עס איז א שטאטישער פראבלעם איז נישט געפערליך
איך ווייס נאר אז מיט דער פארדרייטער קאפ קען מען נישט גיין צום טיש
Wed Aug 20, 2008 3:08 pm#6
Re: ווען עס איז א שטאטישער פראבלעם איז נישט געפערליך
ראני, דיינע טענות זאלן ארויפגיין אויבן צום כביכול און זאל ער זען וואס מ'טוט מיט זיינע אידעלעך דא, מיט וואספארא גרינגשעצונג מ'שפילט זיך ארום מיט אידישע קינדער.

דוד המלך נאכן פטירה פונעם קינד, האט זיך אפגעוואשן און געזאגט, מ'קען שוין נישט צוריקברענגען, דאס אז די שטאט וועט עפעס זאגן אדער נישט, וועט שוין ליידער קיין סאך נישט אויסמאכן, איננו כי לקח אותו אלקים. וכל בית ישראל יבכו.......

אבער די גרינגעשעצונג און די זלזול, וואס הערשט איז א ווייטאג פאר גלות-אידן וואס שיצן זיך פראוועזאריש אין גויאישע לענדער.

דיין וויי געשריי איז נעבעך ביטער, דאס פאפיר איז א סבלן זאגט מען, ווייל ווען דו וואלסט דאס געשריבן אויף מיר, וואלט איך מעגליך אוועקגעפלאצט.
Mon Sep 15, 2008 11:26 am#7
Re: ווען עס איז א שטאטישער פראבלעם איז נישט געפערליך
עפעס האב איך געהערט אז יענע עליוועטער האט זיך נאכאמאל געפענט אינמוטן א שטאק, ווייסט איינער מער דיטעילס?
Mon Sep 15, 2008 12:11 pm#8
Re: ווען עס איז א שטאטישער פראבלעם איז נישט געפערליך
נישט דא קיין דיטעלס, עס איז פשוטו כמשמעו ווייטער צובראכן און ווייטער א סכנה פאר אירע באניצער.

שטעל דיך פאר ווען אין א פריוואטע הויז פאסירט אזונס אז נאך אזא מעשה וואס די גאנצע שטאט איז אויפגעווען דערמיט איז די עלעוועטאר נאך אלץ צובראכן וואס וואלט ווען פאסירט........???