הויפט זייט » דאס היימיש ווינקעלע-יושבי קרנות » לייען מאטעריאל [צוטיילטער אשכול]

לייען מאטעריאל [צוטיילטער אשכול]

23 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #153
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
Wed Aug 20, 2008 12:49 pm#1
לייען מאטעריאל [צוטיילטער אשכול]
יא, איך האב עס אויך געלייענט, [הענדי און מענדי] יש"כ ראני
Wed Aug 20, 2008 1:12 pm#3
Re: לייען מאטעריאל [צוטיילטער אשכול]
פארצייל נישט פאר קיינעם, אבער איך לייען הענדי און מענדי אויכעט...
Wed Aug 20, 2008 2:36 pm#5
Re: לייען מאטעריאל [צוטיילטער אשכול]
דרך אגב, איך האלט אז מעלות איז די איינציגע מאגאזין אויסגאבע וואס מען קען זיין רואיג ווען די קינדער נעמען דאס אין די הענט צו לייענען, זיי ברענגן גארנישט אריין פון די גוישע וועלט אין זייער אויסגאבע.
Wed Aug 20, 2008 2:55 pm#6
Re: לייען מאטעריאל [צוטיילטער אשכול]
איזאק
אמת וועגן קינדער טאקע, אבער ווייבער קענען אויך ארייננעמען רואיג אין די האנט די סארט אויסגאבן?
Wed Aug 20, 2008 3:12 pm#7
Re: לייען מאטעריאל [צוטיילטער אשכול]
איך רעדט נישט פון ערוואקסענע מענטשן, אבער קינדער דארפן זיך נישט אנשטאפן דעם קאפ מיט אלע איבלען, און וויסן פונקטלעך וויפיל קעפ די מעקסיקאנער דראג קארטעל האט אפגעהאקט, אדער צו די סי איי עי טונקט איין די קעפ פון טעראריסטן אין חרוסת אדער אין א פאס סוער וואסער, אדער וויפיל געלד די סאבוועי סענדווידזש קאמפעני האט געמאכט, דאס איז נישט קיין אינפרמאציע וואס זיי דארפן טראכטן אינמיטן לערנען חומש.
Wed Aug 20, 2008 3:28 pm#8
Re: לייען מאטעריאל [צוטיילטער אשכול]
מיליאן פראצענט איזאק וועגן די קינדער.

איך האב נאר באטאנט, אז לגבי קינדער איז טאקע אמת כדבריך, ביי נשים אבער איז דא צדדים לכאן ולכאן, האב איך געוואלט שפירן צי איר האט בדגוש געדרוקט קינדער?

זאגט איר טאקע אז איר רעדט נישט פון ערוואקסענע, ווייס מיר שוין אביסל וואו מ'האלט מיט דעם איזאק, בין איך שוין אביסל רואיגער.
Wed Aug 20, 2008 3:40 pm#10
Re: לייען מאטעריאל [צוטיילטער אשכול]
ווי איז היינט בכלל דא א נפק"מ צווישן נשים און אנשים.

ווייסט וואס יענער האט געזאגט אמאל, רוב שלא עשני אשה'ס זענען לבטלה......
Wed Aug 20, 2008 3:53 pm#11
Re: לייען מאטעריאל [צוטיילטער אשכול]
נע, ווייל כאב מיך געוואונדערט פארוואס דו באטאנסט אין די אישו די נשים, איך זע נישט קיין חילוק דא.
Wed Aug 20, 2008 3:59 pm#12
Re: לייען מאטעריאל [צוטיילטער אשכול]
די סיבה פארן באטאנען, איז ווייל א איש האט דער רבוש"ע געגעבן א התגברות השכל, ער קען מחלק זיין ווען ער הערט עפעס, און דן זיין בשכלו במה הכתוב מדבר. ער קען אמאל הערן עפעס, און וויסן אז דאס איז אומאויסגעהאלטן און אומריכטיג, און שליידערט עס ארויס פון געדאנק, זיך האלטנדיג פעסט ביי זיינע קבלות און מסורת אבות, וועט אים נישט צופיל אויסמאכן א שטייגער ווי מאדערנע אנשויאונגען, משא"כ ביי א אשה, ווען די הרגשים הייבן אן שפילן זאל ג-ט באהיטן, אויב זעען זיי אמאל עפעס א נייעס, אדער געוויסע מיינונגען וואס געפעלט זיי, צי עפעס א עצה פון א געוויסן ביי אזא און אזא פאל, צי ס'איז חינוך אדער שלום בית וכדומה, איז דאס א כלל כולו יצא אויף כל התורה כולו, און ס'הייבט זיך מה מצינו'ס און גזירה שוה'ס אז ס'גייט א רויעך, און ס'ווערט גרויסע שמחות....
Wed Aug 20, 2008 4:19 pm#13
Re: לייען מאטעריאל [צוטיילטער אשכול]
זייער א פארווייטאגטע אישו וואס כמה וכמה קולמיסין נשתברו על זה. און דער גרעסטער פראבלעם איז טאקע די אויבנדערמאנטע אויסגאבע. טאקע מהאי טעמא, ווייל זי איז אויסגעהאלטן, ערליך און זויבער, טאקע דערפאר ווערן געליינט און מקובל אירע 'אלע מיינונגען' ווי תורה מסיני.

עס איז קיינער נישט מחולק דערין אז זיי לייגן אראפ אן ארבעט שאין דוגמתה; הן בתורה, הן ביהדות והן בהיסטאריע. דער פראבלעם איז נאר די אלע פראבלעמען, סיי גשמיות'דיגע און סיי רוחניות'דיגע, וואס זיי רוקן אריין אזוי צווישן די שורות; צי זאל דאס זיין שלום בית, צי זאל דאס זיין אשת חיל, צי זאל דאס זיין דאס געבן א מקום פאר קינדער זיך אויסצוגרעבצן זייער פראבלעמען בין אב לבתו, וכדומה.

די פראבלעמען זענען אפשר נישט אזוי ווייט פאר די באטרעפנדע ווי פאר די ליינער. קינד און קייט, אינג און אלט, ווערט געפיטערט און געליינט חודש נאך חודש מיט אלע שיגאנישע פראבלעמען וואס קענען זיך נאר אלץ אפגעפונען אויפן כדור העולם, און דערויף הייבט זיך יעדער אן צו מעסטן צי אפשר איז ער אויך אין דעם פראבלעם.

יעדע גרעבעץ וואס קומט פאר בין איש לאשתו ווערט גלייך פארוואנדלט אין א פראבלעם וואס די מעלות האט שוין גערעדט דערפון, און יעדע זיז כל שהוא וואס טרעפט זיך אפ ביי א קינד פאלט גלייך אריין אונטער א לעזונג וואס די מעלות באציט זיך דערצו אזוי און אזוי.

מעשוגע מעטארע! פיטער אונז מיט תורה'דיגע, השקפה'דיגע און היסטארישע, ידיעות און לערן אונז אפילו אויס מאמע לשון. אבער, מרא דעלמא, מאך נישט קראנק די געזונטע. ווער מער נישט דער גאנצער פיסכעיאטער און דעה זאגער אין עניני חינוך ושלום בית. מאך נישט קראנק די געזונטע, און לערן מיר נישט אויס מיינע קינדער אז יעדע זאך וואס גייט נישט אויף דער רגע ווי געפלאנט איז א פראבלעם. פיטער נישט זייערע קעפ מיט שטיות והבלים מפי אשה מפי יענטע וועלכע דער מאן שטעלט זיך נישט צו געהעריג צו אירע שיגאנען!

אסאך אסאך איז דא צו רעדן דערוועגן. ועוד חזון.
Wed Aug 20, 2008 4:38 pm#14
Re: לייען מאטעריאל [צוטיילטער אשכול]
זרח אין דיין קורץ-לאנגע תגובה דא האסטו אריין געווארפן צענדליגער נקודות וואס יעדע פאר זיך קען מען שרייבן און שרייבן, איך וועל איצט נאר צולייגן צו דיין ערשטע שורה: "טאקע דערפאר ווערן געליינט און מקובל אירע 'אלע מיינונגען' ווי תורה מסיני", און ווי אויך צו בני היכלא'ס תגובה.

נעכטן ריפט מיינס א קרובה מיין רבנית אויב זי האט אוועק געלייגט עפעס אן אלטע מעלות, פארוואס? ווייל איינער שרייבט דארט אין א בריוו וועגן עפעס א דייעט וואס מאכט פעשע דאר און דארע נארמאל פלאי פלאים, א חלק דערפון איז אז מען טאר נישט עסען צופיל פלייש, אייער....... און לעצטענס האט זי געהערט פון הרב הערשל מייזליש אז עס איז זייער געזונט, וויל זי וויסן אויב זי קען איר פארליינען צושטאטעלך פונקטלעך יענעמס בריוו, ואחר ככלות הכל איז זי אינגאנצען צומישט און פארלוירן וואס טוט מען דא? דא שטייט א בפירוש'ע בריוו אין מעלות וואס איז זיך סותר מיט א בפירוש'ע הרב הערשל מייזליש, וד"ל
Wed Aug 20, 2008 4:43 pm#15
Re: לייען מאטעריאל [צוטיילטער אשכול]
הוי זארעך, האסט עס בארירט אביסל אויפן שפיץ גאפל, וועל איך מיך אויך אויסגעבן, רבים חללים הפילה, א אינגערמאן זאגט מיר אז דאס וואס ער האט ל"ע געליטן, איז געווען אדאנק עפעס א אויסגאבע, איך האב אים פארשטייט זיך געענטפערט, אז ס'איז דא אסאך וואס ליינען די זעלבע זאך, און ס'געשעט נישט גארנישט, ווייל נישט צו זיי רעדט מען, כדי מ'זאל אפלערנען עפעס פון זייערע עצות דארף מען עפעס קענען צושטעלן מצבים, אבער באמת, ווייס איך ביי מיר, אז איך האב אים נאר אפגעווענדט, ווייל אז איינער האט שוין יא א ויכוח'ל, דארף ער שוין אננעמען אן עצה וואס איז געגעבן געווארן ביי א מצב וואס איז בכלל נישט בדומה לו, און צוקומען צום ארגסטן.

טאקע דערפאר וואס דאס איז די שענסטע און אויסגעהאלטנסטע אויסגאבע, און אלעס ווערט דורכגעקוקט דורך רבנים ווי זיי שרייבן, פסק'נט מען דערפון און מ'איז מקבל כל דבריהם, ווען פיל מאל איז די מהלכים פון די נייע גואישע געדאנקען מיט וואס מיר זענען אנגעזאפט געווארן אין די לעצטיגע יארן.

אסאך העצע קעגן עלטערן און קעגן מענער, שלא כדת איז שוין ארויסגעלערנט געווארן פון דעם.

אסאך אויפבויען און שטארקן דעם נפש צו ווערן א מציאות און אזאך און גרויס עד לב השמים צו קענען פייפן אויף די גאנצע בריאה, נישט חס ושלום צו האבן סעלף עסטים, האט שוין גורם געווען אסאך אומאנגענעמליכקייטן, וואס איז א רעזולטאט פון נישט האבן די אלע אידישע יסודות'דיגע נאטורן ווי בושה, הכנעה, כבוד און רעספעקט.

וכזארעך ועוד, ווען דאס וואלט נאר באשטאנען פון די אלע הערליכע ארטיקלן וואס דארט איז דא וועגן מעשיות און שיינע געדאנקען היסטאריע הלכות קינדער אפטיילונג, אשרי להם ואשרי חלקם, אבער צו ווערן די דעה זאגער און פוסק אחרון ביי יעדע שאלה אין כיבוד אב, און שלום בית, און תיקון המדות, אין חינוך, אין השקפה.... איז א סכנה'דיגע זאך ווען דאס ווערט געטון באופן כללי, אין א אויסגאבע פון שרייבערישע ווייבער, וואס זענען זייער חשוב באמת, אבער נישט פאר אזא פאזיציע.
Wed Aug 20, 2008 4:48 pm#16
Re: לייען מאטעריאל [צוטיילטער אשכול]
ראנאלד

אזוי גייט עס אייביג מיט מענטשן איך האב געזען און איך האב געהערט, און דאס איז עס, ס'איז נישט אזוי ווייט אזא בפירוש'ע הערשל מייזליש אדער בפירוש'ע מעלות, ווי ס'איז א בפירוש'ע, איך האב געהערט, און א בפירוש'ע איך האב געליינט, נו, איך קען דאך נישט זוכן קריטיק אויף יעדע ווארט פון יעדע דרשה און יעדע אויסגאבע, א מענטש מעג דאך רעדן און שרייבן.... [כבוד עצמי אני דורש].

אבער די בוירנינג אישו איז, וואס ווילט איר פון חינוך און השקפה? שלום בית און כיבוד אב?

לאזט די תורה איבער, פאר די תורה אויטאריטעטן, פאר רבנים און פאר מענער... די וואס האבן עס געפירט ביז היינט, קאראגירט נישט אין א צייטונג אזוינע האקעלע ענינים מיט פעסטע הדרכות און עצות, געשריבן פאר היימישע ווייבלעך, וואס קויפן דאס אפ ווי מסיני, געשריבן דורך איינפאכע שרייבער וואס נעמען דאס פון ווייסעך וואו??

פארשטייט זיך אז אמאל ענטפערן זיי גוט, און העלפן אויך, אבער דארף דאס יעדער איינער אין א עקסטערע מצב ליינען און לערנען אויף זיך.
Thu Aug 21, 2008 8:47 am#17
Re: לייען מאטעריאל [צוטיילטער אשכול]
זארעכ און יעדער, איך האב הנאה אז די שמועס האט זיך אנטוויקעלט, אבער אויף גאר אן אנדערע ריכטונג

מיין מיינונג ווען איך האב געשריבן "דרך אגב, איך האלט אז מעלות איז די איינציגע מאגאזין אויסגאבע וואס מען קען זיין רואיג ווען די קינדער נעמען דאס אין די הענט צו לייענען, זיי ברענגן גארנישט אריין פון די גוישע וועלט אין זייער אויסגאבע" האט זיך באצויגן אויפן פאקט אז אנדערש ווי אלע אנדערע היימישע מאגאזינען ווי דער שפאקטיוו, צייטשריפט, שטערן, וואס אייגענטלעך זענען זיי גאנץ אינטערעסאנט, זענען זיי אבער פיל מיט אלע שרעקעוודיגע גוישע ערציילונגען וואס אין דעם הינזיכט איז די מעלות ריין !

לגבי שלום בית אדער חינוך ענינים איז טאקע א שטיקל פראבלעם, און אפילו טאקע איך האב אויבן געשריבן אז איך לייען אפילו הענדי און מענדי... איגנאריר איך אבער זייערע באשרייבונגען איבער משפחה פראבלעמען,

ווען איך האב א פראבלעם פרעג איך א קלוגן איד.

טאקע א וואונדער אז מענטשן קויפן אפ זייערע עצות פאר תורת לאקשן, איך ווייס נישט ווער זיי זענען די עצה געבערס, איך קוק עס אן פאר א געלעכטער, אבער אז מענטשן ברענגן דאס אריין אין ריעל לייף איז א גרויסע בעיה.
Thu Aug 21, 2008 4:54 pm#18
Re: לייען מאטעריאל [צוטיילטער אשכול]
בין איך אויך דא אריין צו ווארפן מיינע פאר שורות איבער דעם נושא.

זרח, בני היכלא עטץ האטס ביידע בארירט פארשידענע נקודות בכללות חוץ די פאר קליינליכע ווערטער וואס ענק האבן ביידע אזוי אריין געשלינגן וואס צו דעם וועל מיר זיך באלד נעמען.

דער נקודה איבער שרייבן איבער פראבלעמן וואס דאס איז גורם פארשידענע ווירקונגן בכללות אויף אלע אנדערע ליינער וואס ליינען דאס,
באמת איז דער ענין זייער פארפלאנטערט און פארצווייגט אידישע קינדער היינטיגע צייטן ליידן זיך זייער אסאך אן סיי פיזיש און סיי גייסטיש אלעס פאלט אלעס איז צוקלאפט און צובראכן כחרס הנשבר, נישט יעדע פראבלעם וואס א מענטש האט איז אין זיין מעגליכקייט זיך צו גיין העלפן ביי דעם צו ער וואלט ווען באמת געדארפט צו גיין, צי ווייל ער שעמט זיך צי ווייל דער פראבלעם איז אויבן אויף א קליינער און מיט קליינע נקודה קען ער זיין א געהאלפענער.

ווי אויך איז דא דער בחינה פון צרת רבים חצי נחמה, ועוד במקום רבים קען מען גרינגער טרעפן הילף דורך א צאמשטעל פון יעדעמס עקספירענס.

און פאר די אלע אידן איז דער אויסגאבע ממש א טעם גן עדן, און הינדערטער אידן ווערן באמת געהאלפן דערפון.

און אויף דער פראבלעם אז "מאך נישט משוגה גאנץ כלל ישראל" קודם כל נישט גאנץ איך זע דאך אז עטץ צוויי זענען נאך נארמאל געבליבן, אבער לגופה של ענין פעלט זיך אויס א שטארקע התבוננות מי יותר? וואס איז מער די אידן וואס ליידן זיך אן און א דאנק דעם ווערן זיי געהאלפן, אדער דער חלק וואס ווערט משוגה פון ליינען אזויפיל זאכן.

פראצענט איז אבער באמת נישט די ענטפער אויף דעם, די ענטפער אויף דעם איז זייער א שווערער וואס דארף גאר א שטאקע התבוננת און א דעת תורה, און דעת תורה מיינט א שטייגער ווי דער חזו"א וואס פון די תורה האט ער אנגעצייכנט וויאזוי צו אפערירן א פאציענט, איינער וואס סיי וועלכע מיינונג עס קומט ארויס פון אים איז אטומאטיש דעת תורה צילוב דעם וואס ער מיט די תורה זענען איינס, און מיטן גרעסטן כבוד צו אלע אונזערע גערטע שרייבער דא ווייס איך נישט אויב דא איז פארהאנען אזונס, און מ'קען נשיט אזוי מיט א מאך מיט די האנט זאגן אז עס איש נישט אויסגעהאלטן.

יעצט וועל איך ציטירן אפאר שטיקלעך פון אונזערע שרים דא אין ווינקל, וואס לפי דעתי איז עס פשוט נישט אמת.

בני היכלא כתב:
אסאך העצע קעגן עלטערן און קעגן מענער, שלא כדת איז שוין ארויסגעלערנט געווארן פון דעם.


פון יעדע זאך אין דער וועלט קען מען אלעס ארויס לערנען, אפילו פון מיינע ווערטער איצט קען איינער ארויס לערנען העצע קעגן עלטערן אדער מענער, ווי אזוי? ווייס איך נישט, דאס קענסטו פרעגן דעם יענעם.

די אויסגאבע איז אין דעם הינזיכט פונקט פארקערט, פון די סאמע ערשטע יסודות וואס זיי שטעלן אראפ ווי און ווען אימער עס איז שייך, איז כבוד און רעספעקט פאר די וואס די תורה הייסט רעספעקטירן, דהיינו עלטערן און מענער, מער ווי איינמאל איז שוין דארט אויפן שארפסטן אופן באטאנט געווארן דער נקודה, ווער עס נעמט ארויס פון דארטן פארקערט, פאר אזא איינעם וואלט קיין שום שרייב ווערק אונעם כדור הארץ נישט געטארט פובליצירט ווערן, אפילו וואס רעדט פון גאר א צווייט ענין.

זארעכפעפער כתב:פיטער נישט זייערע קעפ מיט שטיות והבלים מפי אשה מפי יענטע וועלכע דער מאן שטעלט זיך נישט צו געהעריג צו אירע שיגאנען!
אסאך אסאך איז דא צו רעדן דערוועגן. ועוד חזון.


טאקע דער נקודה ווערט דארט גאר שטארק כסדר אראפ געריסן, אנדערש ווי די גאנצע וועלט היינט וואס פירט זיך אויף אזויווי די שרייבסט דא, וכדלעיל.

בני היכלא כתב:
אסאך אויפבויען און שטארקן דעם נפש צו ווערן א מציאות און אזאך און גרויס עד לב השמים צו קענען פייפן אויף די גאנצע בריאה, נישט חס ושלום צו האבן סעלף עסטים, האט שוין גורם געווען אסאך אומאנגענעמליכקייטן, וואס איז א רעזולטאט פון נישט האבן די אלע אידישע יסודות'דיגע נאטורן ווי בושה, הכנעה, כבוד און רעספעקט.


אמת עס איז דא היינט ביכער אין אויסגאבעס וואס פיטערן דעם עולם מיט דעם, און עס מאכט אן א גרויסע חורבן ווייל דאס איז זייער האקל און מ'דארף שפרייזן אויף א דינעם שטריקל ווען מ'רעדט איבער די נקודה, אבער ווי די זעסט עס דארט ווייס איך נישט.

דיסקלעמער: דאס איז נאר מיין פערזענליכע מיינונג, און איך נעם נישט קיין שום אחריות אויף דעם תוכן.
Thu Aug 21, 2008 6:16 pm#19
Re: לייען מאטעריאל [צוטיילטער אשכול]
ראנאלד,

זאג שוין נישט אזויפיל מאל איבער דעם סטעיטמענט פון 'זיך אריינמישן צווישן הרים גבוהים', איך וועל נאך באלד מיינען אז ס'איז טאקע אזוי... חוץ מזה מעגסטו שוין איינמאל פאר אלעמאל וויסן אז דו רעכנסט זיך אויך צווישן די הרים וגבעות. הגע בעצמך, אויב בין איך דער קליינער פעפער א הר, דאן וואס איז אויב אזוי 'ראנאלד' אויב נישט א הר ההר אדער גאר א הר גבוה

איך האב געליינט דיינע הערות מיט אינטערעסע און שטארק הנאה געהאט דערפון. די פראגע פרעגט זיך מיר נאר:

א] גברא אגברא קא רמית? דו פרעגסט פון זארעכ אויף בני היכלא. כי לא כמחשבתיו מחשבותי, היכלא'ס פוינט איבער דעם ענין אז א פרוי נעמט שטעלונגען, איז לדעתי נישט ממש אזוי ווייט דער פראבלעם. אפי' לו יצוייר די זעלבע ארטיקלען זאלן זיין מעשה ידי איש, וואלט איך אויך געזאגט 'מי שמך להוגה דעות?'

ב] איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו שרייבסט וועגן דעת תורה, אפילו לו יצוייר דו ביסט גערעכט. עס קומט צו גיין אן אויסגאבע און שרייבט זאכן וואס אפילו דו ביסט מודה אז מעגליך זיי וואלטן דאס נישט געדארפט שרייבן, ווייל ס'יצא הפסדה בשכרה, קומסטו מיר זאגן אז מ'דארף פרעגן א דעת תורה צי מ'זאל אויפהערן? אפשר פארקערט, אז זיי וויל נעמען א פענע אין דער האנט אריין, ולהוגה דעות אין אזעלכע זאכן וואס לאו כולי עלמא מודים אז דאס דארף געשריבן ווערן, דארפן זיי ערשט הערן א דעת תורה צי זיי זאלן דאס שרייבן צי נישט. זיי שרייבן; זיי זאגן; ס'אגאנצע שאלה צי פאר רוב מענטשן העלפט דאס אדער פאר רוב מענטשן שאדט דאס, און זאגסטו אז מ'דארף פרעגן א חזון איש צי מ'זאל 'אויפהערן' שרייבן? האבן זיי געפרעגט א חזון איש איידער זיי האבן מיט זייער גרויס-מויל אנגעהויבן שרייבן די ענינים?!

ג] לידיעתך, ס'רוב פון די אויפגעבלאזענע פראבלעמען וואס ווערן דארט אויסגעשמועסט זענען אזעלכע זאכן וואס מאכן מעשוגע אדער פלאטשיק ס'רוב פון דעם נארמאלן מענטשהייט. א קינד וואס איז צו צעלאזט, ער שפילט זיך אביסל ווילד, איז מעגליך אין א הייפער פראבלעם. א קינד וואס איז צו שטיל, ער איז צו שטארק צוריק געצויגן, פעלט אין אים סעלף קאנפידענס. יעדעס קינד איז 24/7 אונטער א 'טשארט' און מ'מעסט אים; אפשר איז ער אינעם הייפער פראבלעם, אפשר איז ער אינעם סעלף קאנפעדענס פראבלעם; אפשר ליידט פון די מחלה, אפשר פון יענע מחלה. אפשר שמעפשער, לאז אים לעבן במנוחה!

שטייען מאמעס, וועלכע ליינען זיך אן מיט די אלע מעשוגאסן, און מאכן מעשוגע זייערע קינדער ביזן זיבעטן הימל אריין, און אלעס פארוואס? ווייל אין פאקט איז דאך פארהאן א קליינע פראצענט וואס ליידן טאקע פון פראבלעמען, און פאר די פראצענט מוז מען דאך העלפן. פיין, גוט, טוב להם, זיי העלפן די פראצענט. אבער, מרא דעלמא, ביסט דאך א מחלים בריאים ומבריא חולים?

שטייען מנהלים, מלמדים און מחנכים, און רעדן זיך אפ יום יום. די אנגעליינטע מאמעס מאכן מעשוגע די מחנכים; אפשר איז מיין קינד אהער, אפשר אהין; מעגליך ער ליידט פון דעם, מעגליך ער ליידט פון יענץ. יעדע זאך האט נאך פאר א גוט יאר א קלינגענדיגן נאמען דערצו אויך, אזש מ'נעמט זיך פשוט א קרענק אין דער האנט אריין. לאז דיין קינד וואקסן נאטורליך, עס פעלט אים גארנישט! ברוך השם, דאנק דעם פון אויבן אז אלעס גייט כשורה, נישט זוך דיך חלאים באגלייט מיט א טוץ מעשוגאסן מיט דער איינגענער האנט.

ס'איז זיכער אז דער פראצענט פון מבריא זיין די חולים איז פיל פיל ווייניגער ווי דער פארקערטער פראצענט. טא איז דאס נישט קיין יצא הפסידו בשכרו? דארף מען אפשר צו דעם, אז מ'זאל אויפהערן מעשוגע מאכן און קראנק מאכן אונזערע מוחות, א חזון איש וואס זאל זאגן הרף?!

שוין נישט רעדן פון דעם וואס רובם פון די פראבלעמען וואס ווערן דארט אויסגעשמועסט זענען דברים היוצאים מבטנם של חולי לב ומרי נפש ה"י, וואס מער ווייניגער זענען זיי אגאנצן טאג פארנומען מיט זוכן זייערע אייגענע פראבלעמען. מער ווייניגער האבן די יעניגע צוגעשטעלט צו זייער פראבלעם, אויך דעם פראבלעם אז זיי קענען זיך נישט העלפן, זיי זענען דיפערענט.

ליין אביסל דארט די שלום בית אדער מיידל/אינגל/בחור פראבלעמען, וועסטו זיך קייקלען פאר געלעכטער וויאזוי זיי ברענגען אראפ יעדע גרעבעץ פון יעדע נארישע יענטע.

כ'וועל דיר פאברעצירן א ביישפיל וואס וועט אפשיפיגלען זייערע שטותים:

ציטוט:יא, האלאו, איך האב א פראבלעם. מיין מאן דולד נישט קיין בארג מיט וועש, ער וויל אז אלעמאל ווען ער קומט אהיים זאל שוין די לאנדרי זיין פארפאקט. איך בין א פארפארעטע מאמע, איך קען דאס נישט באווייזן. אפשר האט איר עפעס אן עצה פאר מיר.

פשיהא, א פראבלעם וואס זינט די מאמע חוה איז דאס נאך נישט געווען... וואס טוט מען?

גיבט מען זיך אן עצה. אט ליין:

אל כבוד מיסיס יענטע, אייער פראבלעם קען קומען פון זיבן פראבלעמען צוזאמען געשטעלט, מיר וועלן בעיקר אויסשמועסן די לעהזונגען ווי איידער די פראבלעמען. די פראבלעמען וועט זיך ליינען צווישן די שורות פון די פארשידנארטיגע לעזונגען.

1] אדער ליידט אייער מאן פון א לאנדרי-דיסארדער. מעגליך איר זאלט פרובירן צו רעדוצירן די מאס וועש-וואשן. פרובירט איינצוטיילן די לאנדרי אין דריי חלקים, וועט דער אנבליק פון א 'בארג וועש' זיך נישט אזוי אנזען. עס וועט אים נישט דערנעווירן.

2] פרובירט דאס צו מאכן אינדערפרי, ווען ער איז ביים דאווענען/ארבעט, אזוי ארום ווען ער קומט אהיים וועט שוין די לאנדרי זיין פארפאקט.

3] אויב איר האט א לאנדרי-רום דאן פרובירט אז דער טיר פונעם וואש-צימער זאל שטענדיג זיין פארמאכט בשעת ער איז אינדערהיים.

4] ווענד אייך צו ספעציאליסט וועלכער פארשטייט וויאזוי מ'זאל וואשן-וועש און צי דער זעלבער צייט זאל זיך נישט אנזען דאס אויפגעווארפנקייט. (עס איז פאראן היינט צו טאגס עצות פאר פירן א רואיגע ווערטשאפט אין יעדן הינזיכט פון א הויז-ארבעט. נעמט דאס אין באטראכט נישט נאר פאר די ספעציפישע פראבלעם).

5] דאס בעסטע וואלט געווען איר זאלט דאס אפנהארציג און ברייט דורך שמועסן מיט אייער מאן זעלבסט, און אים מסביר זיין אייער שווערעקייט אין אייער פראבלעם. (די עצה וועט אויך ניצן אויף פארקערט; אפשר אזוי וועט איר בעסער פארשטיין און זיך דערגרונטעווען וואס עס שטערט אים די בערג וועש, און אזוי ארום וועט איר זיך בעסער קענען סעפראווען און אן עצה טרעפן צום פראבלעם. אז מ'ווייסט דעם שורש הפראבלעם, נעמט מען עס גרינגער אויפן הארץ און מ'טרעפט זיך שנעלער לייזונג דערצו).

6] אויב זענט איר פארמעגליכט, זאלט איר אפשר פרובירן צו וואשן אייער וועש אין א פובליק לאנדרי, און עס אהיימברענגען סורטירט און צוזאמענגעלייגט. (און אפשר איז טאקע דער שורש הפראבלעם אז איר זענט נישט פארמעגליכט... וויאזוי זענען די פרנסה אומשטענדן, וויאזוי איז זיין ארבעטס פלאץ?)

7] ביסט גוט מעשוגע...


ביסט א מבין אויף זיבעלינג פון שטיות כפול שמונה?

דארפן טאקע קינד און קייט, אינג און אלט, ליינען אזעלכע מעשוגאסן יום ויום? דארף מען טאקע ארייננעמען אין קאפ אזא סארט מהלך החיים? געוואלד, דאס מאכט דאך פלאטשיק אונזערע מוחות און די מוחות בנינו ובנותינו.

גוט, כ'פארשטיי ס'דא נעבעך פראבלעמען אויף דער וועלט, אבער געוואלד, דארף טאקע יעדע זאך אין דער וועלט אזוי באהאנדלט ווערן?! פארגעס נישט, מ'ליינט זיך אן דערמיט, דער מהלך החיים בויערט אריין טיף אין קעלערל פון די אינגע מוחות, און דערנאך ווינדערט מען זיך פארוואס דער און דער האט באקומען א נער... אטאקע... יעדער ריר פון יעדע בריאה ליגט אונטער אן אויפזיכט 24/7.

דערווייל גענוג אויף היינט. ועוד אשפוך...
Thu Aug 21, 2008 7:17 pm#20
Re: לייען מאטעריאל [צוטיילטער אשכול]
זארעך ביסט ווערט א מיליאן (מ'האמיר שוין גערעדט דערפון, שטימט?)

איך גיי נישט אריינגיין רעדן פון די אדער יענע אויסגאבע, אבער די פאקט אז היינט ווערט יעדע מינדערוויכטיגע ערשיינונג גרופירט און קאטעגארירט אלס די אדער אנדערע 'דיסארדער' און דערנאך איז פארהאן א טוץ מיט עצות און מומחים פוטור צו ווערן דערפון, איז א חורבן ממש.

ווען איך בין געווען א קינד לדוגמא, איז געווען איינער וואס מחמת פארשפילטקייט איז ער פויל געווען צו גיין אויף צרכי הגוף באצייטנס, פלעגט ער פיל מאל אהיימקומען נאכן שפילען אין הויף דורכגענעצט, וואס האט די טאטע/מאמע געטאן? איינאמאל אנגעשריגען און געווארנט אז מארגן קען ער נישט גיין שפילען גאס אויב ער קומט ארויף נאס, דאס צווייטע מאל האט מען גערעדט מיט שיינעם און מסביר געווען אז א גרויס אינגל טאר נישט אזוי ארומגיין, און נאך עטליכע וואכן איז דער פראבלעם אנטרינען און דער קינד איז געבליבען כאחד האדם.

היינט ווידער דאס ערשטע לייענט מען אדורך אלע אויסגאבעס און גאזעטן ווי פארשידענע בתי יחנה ויענטע פארציילן זייער איבערלעבענישען מיט אזא פראבלעם, זה אומר בכה וזה אומר בפוי, איינער עצה'עט אויסגעטריקנטע לימונע מיט קימל, דער צווייטער טראגט אן א קיירא-פראקער פון ווענעזועילע, והשלישית פירט צום ערפינדענעם גאטשע-בערי, איינער ווייסט אז מיזליש לינקט דאס דירעקט צו קארבאהיידרעד און טראנס-פאט, אן אנדערע הוגה דעות שלאגט פאר פרק שירה 90 מאל 40 טעג, פון אוסטראליע שרייבט איינע איבער וויטאמינען פון קאווע באנדלעך וואס פארמאגן אסאך פאליק און ווייניג מאגניזיום.

וואס ווערט פון ד י מאמע? א דאקטאר, א פסיכאלאג, א באנעצונג-ספעציאליסט, אבער אויס מאמע, די פשוטע אל תטוש אז דאס קינד פעלט גארנישט נאר אביסל חינוך פשווו כמשמעו קען מען מער נישט, און דאס קינד ווערט אראפגעקלאפט און צובראכן כחרס הנשבר על לא עוול בכפו.

מער אין א שפעטערע געלעגנהייט.
Fri Aug 22, 2008 12:51 pm#21
Re: לייען מאטעריאל [צוטיילטער אשכול]
ראנאלד החשוב

כדי ס'זאל נישט זיין גברא אגברא קא רמית ווי זרח טענה'ט. וועל איך מיך נאר באציען צו די צוויי נקודות וואס איז געצילט אין מיין ריכטונג.

א) תיקון טעות, נישט ארויסלערנען, נאר ארויסנעמען כצ"ל.

ב) איר זאגט אז איר ווייסט נישט פון וואו איך זע עס דארט, האמיר דא א מחלוקת צי ס'שטייט דארט אזוינע זאכן אדער נישט. אויף דעם איז נישט שייך זיך צו דינגען.

וואס איז די עצה פסיכילאגיש, אז איינער וויל עפעס טון א קאנטראווערסיאלע זאך, און ער וויל נישט אז איינער זאל האקן דערויף?

די תירוץ איז, אז ער אליינס האקט דערויף....

ס'איז דא א פלוג בלעטל וואס דרייט זיך ארום אין די בתי מדרשים, וואס האקט מורא'דיג אויף די היינטיגע טומאת הפסיכילאגיע, בו בזמן, וואס דער אליינס איז מסביר אלעס ארויס פון זיין מח מיט א פסיכילאגישע צוגאנג, און זיינע דרכים איז די זעלבע ווי דעם צווייטנס, אבער קענסט שוין נישט האקן דערויף, ווייל ער האט דאך אליינס געשריבן אז ער איז קעגן דעם.. והמבין יבין.

אונז לעבן מיר אין א זמן וואס אדאנק די ליין מאטעריאל און דרשות פון געוויסע מחנכים, איז די גאנצע חינוך געווארן א מציאות פון מענטל עדיוקעישן פראגרעמס, ס'נישט מער א מצוה דרבנן ווי אלע מצוות, א שטייגער ווי לייגן תפילין אדער אנטון א טלית, וואס יעדער איד איז מחיוב דערין, ווייל אזוי האט אים די תורה געהייסן, און אזוי איז עס אנגעגאנגען טויזנטער יארן, ביז לעצטענס וואס איז אויפגעטראפן געווארן א נייע ווארט, א מחנך... דאס טייטשט אז חינוך איז א מציאות וואס דו פארשטייסט נישט אליינס ווילאנג דו הערסט און ליינסט פון דעם מחנך נפלא... וואס האט ביי זיך אפגעמאכט אז זיין פרנסה גייט זיין אויף די וועלט, אז ער וועט גערופן ווערן "מחנך" און ער וועט ארויסשיסן פון זיין מח, וואס ער האלט עצות און הדרכות אין "עניני חינוך" צו דעם וועט ער אביסל ליינען וואס דער ערל און יענער כופר האט צוזאגן, און צולייגן דערצו אביסל מאמרי חז"ל, און וואגן זאל איינער צו קריגן מיט אים, וואס? מיט א מחנך?
שטעל דיך פאר ווען ס'איז ווען דא אזא זאך ווי א מתפל... איינער וואס פארשטייט וויאזוי צו לייגן תפילין, קיינער וועט נישט קענען לייגן תפילין, ווילאנג מ'לייענט פינקטליך וואס דער מתפל האט צוזאגן, אדער וואס דער תפילינ'ישע אויסגאבע האט צו שרייבן דערוועגן, ווייל די קליינע קעפ פארשטייען נישט צו קיין תפילין לייגן, מ'עט מוזן צוזאמרופן די אינגעלייט און האלטן דרשות פון א מתפל נפלא, פון תפילין לייגן צו וויסן וויאזוי מ'גייט צו דערצו, ווייל יענער פארשטייט דערצו מורא'דיג.

איך בין אביסל פארפארן מיט א נקודה, איין זאך האב איך יא געוואלט ארויסברענגען, ס'איז דא כלליות'דיגע זאכן וואס מ'קען זיך ארויסהעלפן איינער דעם צווייטן אין ראמען פון א אויסגאבע, וואס שאדט נישט, און קען זייער שטארק צונוץ קומען, אזוי ווי דו טענה'סט, ווי למשל גוטע רעסעפיס, עצות פאר א בעל בית'טע, אפילו אלגעמיינע געזונט זאכן, ווער עס ווייסט פון א גוטע אויגן דאקטער וכדומה.

נישט פון דעם רעד איך, דאס איז זייער א גוטע זאך, איך רעד אויסדריקליך, פון עצות אין שלום בית, בין אדם לחבירו ובין איש לאשתו, פאר פרויען און מענער, וואס די עצות זענען נישט אויסגעהאלטן, תורה'דיג לויט וויאזוי די מוסר ספרים לערנען אונז, און ערליכע אידן האבן פון אייביג געוואוסט, אזוי אויך אין עצות אין חינוך, צי ס'איז אין אידישקייט, אדער אין אפשטעמפלען מיט דיסארדערס, און צודרייט מאכן לעבנס פון גאנצע משפחות, מיט גויאישע עקספערטן און דאקטוירים.

דער פראבלעם מיט די זאכן איז, אז לו יהא זיי וואלטן ווען אייביג ביי יעדע מעשה יא צוגעטראפן און געענטפערט ריכטיג אזוי ווי א ערליכער רב וואלט דיר געענטפערט, אבער,דאס גאנצע ענין פון אויפנעמען און ענטפערן שאלות און פראבלעמען פון קאמפליצירטע תורה'דיגע שאלות, אין די ראמען פון א צייטונג איז א געפערליכע זאך וואס תוצאותיו מי ישורנה, און וואס די פאקט האט שוין באוויזן ליידער,
דאס באלאנגט נישט פאר אפאר צייטונג שרייבער אז זיי זאלן דאס אויסצושמועסן ברבים און יעדער איינער ליינט דאס און איז מקבל די פסקים כתורה מסיני, ס'איז שווערע פארצווייגטע שאלות, תורה'דיג נישט פסיכלאגיש, ס'איז דא א דרך התורה וואס איז אין סתירה מהיפך להיפך צו רוב עצות און הדרכות פון אסאך אזויגערופענע "פארשטייערס" וואס זענען אנגעלייענט מיט אלע ערליי קליפת יון, און טומאת העמים, און פון דעם קומט אלע זייערע באשלוסן, אין די צייט וואס דאס באלאנגט פאר רבנים תלמידי חכמים און ערליכע אידן, און זיי דארפן צו פסק'נן אין אזוינע דברים קשים, וואס פעלט זיך אויס א מורא'דיגע שיקול הדעת, און ריכטיגע דעת תורה.
Fri Aug 22, 2008 12:51 pm#22
Re: לייען מאטעריאל [צוטיילטער אשכול]
ווייס איך נישט ווי איך האב ביז יעצט פארזען די דברים של טעם, עפעס איז מיר דער גלעקל נישט רויט געווארן, איצט דארף איך טאקע אהיים גיין קער נעמען פון מיין באנעצטע אינגעלע...........

ווי מילער זאגט: מער אין א שפעטערע געלעגנהייט.
Sun Aug 24, 2008 12:32 am#23
Re: לייען מאטעריאל [צוטיילטער אשכול]
זרח אז דו ווילסט וועל איך גיין "על" ההרים...............

וועל איך פראבירן זיך צו באציען אויף יעדע נקודה עקסטער.

זרח ב' ווי ס'קוקט אויס הייבט זיך שוין דא אן אינזער חילוקי דיעות, לפי דעתי זענען דא גאר אסאך אידן וואס דארפן הילף אין פארשידענע אנגעלעגענהייטן, און פארדעם איז דער אויסגאבע ממש כמים קרים, און נישט נאר כמים קרים נאר באמת א שטארקע הילף, און דער פראצענט איז גרעסער ווי דער פראצענט אידן וואס ווערן פארטעמט דערפון, און אויב איז ווי איך זאג דאן דארף מען א דעת תורה צו באשליסן מי גבר וואס עס איז ענדערש צו דערלייגן, ספעציעל וואס מ'האנדעלט אין א פאל וואס די זאך איז שוין דא, אנדערש וואלט געווען ווען עס עקזיסטירט נאך נישט.

זרח ג' לפי וואס איך זע ווערט דארט נישט יעדע זאך באטיטולט מיט א דיסארדער, עס ווערט ענדערש געגעבן פראקטישע עצות וויאזוי וויאזוי זיך צו ספראווען מיט פראבלעמן אן נעמען, חוץ באופן ווי עס איז דא באמת אן ערענסטער פראבלעם.

דיינע ווייטערדיגע שורות דארף צו פארענטפערט ווערן מיט די צווי הגהות, אדער טאקע ווי עס קוקט אויס חולק זיין דערמיט, וואס אויף דעם גיי קריג זיך, יאך שריי אזוי און דו אזוי, נא ווער איז גערעכט? תיקו.

פון דין ציטוט קייקל איך מיר טאקע, און גאר אסאך מאל ווען איך ליין אזעלכע סארט זאכן דארט קייקל איך מיר אויך, כאטשיג דארט איז עס נישט ממש אזוי.

און לאמיך דיר שוין טאקע פרעגן, אז א פרוי שרייבט אריין אזונע שטותים, האט זו טאקע פשוט געהאט איבריג צייט און זיך געזעצט שרייבן? אוודאי נישט, נאר זי האט געקענט באשטיין צו הערן א דבר חיזוק אויף דעם נישטיגן פראבלעם, און אז דער אויסגאבע איז דער וואס האט איר עס צוגעשטעלט איז אשרי להם, און אז דיר קומט זיך צו קייקלן ביי אזונע סארט זאכן, נא קייקל דיר געזונטערהייט לאורך ימים עס שטערט קיינעם נישט.


מילער[זרח בני היכלא איזאק, אונזער חילוקי דיעות(ביזדערווייל) איז נאר אויף א ספעציפישער ענין], דער ענין וואס דו שמועסט אויס בכלליות איז באמת א פארווייטאגטער, עס איז באמת א ווייטאג צי צוקיקן וויאזוי פון לדוגמא א מחוצף ווערט א הייפער עקטיוו אינגעלע וכו' וכו'

עס איז דא צו באקומען היינט טעיפס אויף שלום בית חינוך, שטייט דארט ביטע זעט עס צו הערן כאטשיג צוויי מאל כדי ביי יעדע פראבלעם זאלט איר וויסן וואס איר האט צו טון..............! קאמענטארן זענען איבריג.

זייענדיג אין ישיבה, קומט א בחור צו מיר אויב איך האב שוין געהערט גרונם בעל דרשן? ער שמועסט אויס פיר מהלכים פאר שלום בית איינס........... צוויי...........וכו', די נעכטיגע פרישטאג איז מיר ארויף געקומען, ער מאכט מיר דא א טשארט מיט אפשענס, יעדער זאל זיך פיקן וואס אים געפעלט?...?...?


בני היכלא, זאגסט דאך שוין אליינס אז קריגן וואס עס שטייט יא און וואס נישט, איז פאלג מיר א גאנג.

די איבעריגע זאכן וואס דו שרייבסט, האסטו באמת דאר שטארק ארויס געברענגט ברענעדיגע נקודות, סיי דער ענין דיך צו פארשטאפן דאס מויל וועל איך האקן אויף דעם מיט דעם פראלעם אליינס, סיי דער ענין פון א מתפל, נישט דא קיין בעסערע משל אויף דעם.

דער ענין פון צייטונגן זאלן נעמען א שטעלונג און חינוך וכדו' איז באמת גאר א שטארקע פראבלעם, און עס איז אויסדריקלעך נישט אויסגעהאלטן, און אוודאי צו נעמען זאכן פון אומריינע פלעצער,אבער אין דער ספעציפישער פאל בין איך מחולק וכדלעיל.