רעגטס ענק אויך

8 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #159
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
Thu Aug 21, 2008 11:06 am#1
רעגטס ענק אויך
נאר איך דארף מיך רעגן ? נאו וועי ! הערסט א מעשה, איך רעג מיך גענוג און נאך אז איך קען טיילן פאר מאסן מענטשן און עס וועט נאך בלייבן גענוג פאר נאך שפייז.

דא איז געשען א שרעקליכע מעשה, נאכן אנקומען אין דזשאב אין א גוטע גוסטע, איך האב מיך אראפגעזעצט אויף מיין בענקל, שיין באגריסט מיינע קאלעגעס, ארלעדיגט עטליכע וויכטיגע ביזנעס ענינים, אויסגעהערט די שריים פון נעכטיגע מעסדזשעס, געמאכט עטליכע פאון קאולס, אויסגעפיצט די גלעזער (אוי גילו) און שוין.

עס איז שוין 9:30 לאמיר גיין עסן, גיי איך צו מיין זאטשקע, איך עפען אים אויף...און א שוידער, אוי ואויבוי, הסענדוויטש איננו, האראנדזש דזשוס דרינק איננו, הקאקיס איננו, כאב אלעס פארגעסן אין סטאר בשעת איך האב מיך פארשמועסט מיט איינעם, איך האב נישט ארויסגעזאגט די פוילישע קללה וואס סיז מיר געקומען אין געדאנק, אזוי איז באשערט היינט.

אבער פארוואס זאלט עטץ זיך אנעסן היינט בשעת איך פאסט ? איך וועל דאס נישט דערלאזן, מיין מויל איז שוין טרוקען.

איך פראקלאמיר א צום איזאק פארן הייטיגן טאג ! דאס וועט נאכפאלגן מיט דרשות פון חשובע רבנים וואס וועלן ערקלערן די וויכטיגקייט פונעם היינטיגן טאג.

ווי אויכעט ווערט געבעטן נישט אנצוטאן פאפאטשען, און נאר זיצן אויף בענקלעך למעלה מעשרה טפחים.
Thu Aug 21, 2008 11:21 am#2
Re: רעגטס ענק אויך
ברוכים הבאים צום איזאק םארן היינטיגן טאג!

ווי איר אלע זעט האט היינט פאסירט די ערשטע מאל אין די היסטאריע אזאנס, איזאק'ס מויל איז טריקן, די מאגן בורזשעט פאר הינגער, די גומען נאגען פאר א טראפעלע גאטשי דזאס.

אשר על כן איז היינט דערקלערט געווארן אן עמערזשענסי סטעיט אויפן גאנצען ווינקל, נעשאנעל גארד טרופן זענען אויפן וועג צו העלפן אלע געליטענע, פימ"א וועט דא זיין ביז אפאר טאג נאכדעם וואס זיי וועלן שוין זיין אנגעגעסן.

הנהלת הווינקל בראש פון איזאק האבן ארויס געגעבן די פאלגענדע תקנות,

1)די ערשטע פינעף מינוט אין ווינקל זאל יעדער זיין שטיל אפ צו צייכענען דעם טרויער.

2)אום 12:30 וועט פארקומען א ניחום האיזאק ברבים דא אין ווינקל אין דעם אשכול יעדער איז פערסאנעל אינווייטעט.

3)אזויווי איזאק'ס מויל איז טריקן וועט ער היינט מוזן נאר שרייבן און אונז וועל מיר זיך מחיה זיין.

4)בשעת איר עסט זאלט איר אווק לייגן א שטיקל לשם איזאק.

5)......................
Thu Aug 21, 2008 2:26 pm#3
Re: רעגטס ענק אויך
אזאנס ? מיין מיטלייד מיט דיר דערגרייכט עד לב הקישקעס, אלץ צייכן אז איך פיל מיט מיט דיין ווייטאג, נעם איך מיך אונטער פערציג טעג צו עסן פרישטאג צווישן ניין צופרי און עלעווע ביינאכט.

אולי ירחם.
Fri Aug 22, 2008 9:52 am#5
Re: רעגטס ענק אויך
איך האף אז סאיז גארנישט געשעהן מיט איזאק, וועגען מהאט שוין נישט געהערט פון זייט די נעכטיגע מעשה.
Fri Aug 22, 2008 2:02 pm#7
Re: רעגטס ענק אויך
בין איך דער איינציגסטער וואס האט מקיים געווען דער צום איזאק?

[איך האב אזוי געפאסט ווי ער האט געפאסט]