Re: זשאוי ביידען, אבאמא'ס מיטלויפער
אין די פאליטישע וועלט דעבאטירט מען יעצט צי וועט ביידען העלפן פאר אבאמא אדער גאר שאטן.
וועל מיר דא אויסשמועסן איין נקודה, יעדע קאנדידאט וואס לויפט האט זיך זיין באזע מיט מענטשען וואס וועלן שטימן פאר אים, און די מהלך צי געווינען איז דורך קענען שלעפן צו זיך מענטשען וואס זענען פאר קיינעם, ווי למשל אינדיפענדענטס, וואס אויף דעם קען א וויצע פרעזידענט העלפען דורך דעם וואס ער האט מעלות וואס דער קאנדידאט האט נישט, אבער פארשטייט זיך אז אויף זיינע אייגענע מענטשען מאכט עס געווענטליך נישט צופיל אויס, ווייל זיי זענען צופרידן פונעם קאנדידאט זעלבסט.
ביידען האט א מעלה אז ער האט איבער דרייסיג יאר עקספיריענס, וואס דאס קען ווען אוועק נעמען פון אבאמא דעם פראבלעם אז ער איז זייער אום עקספיריענס, און געבן א געלעגנהייט פאר מענטשען וואס האבן מורא געהאט צי שטימן פאר אים יעצט יא צו געבן זייער שטימע פאר אים.
אבער פון די אנדערע זייט האט אבאמא א גרויסע פראבלעם דהיינו,
אבאמא'ס באזע באשטייט פון שטיצער וואס ווילן טשענזש אין וואשינגטאן, און די לעצטע שטיק צייט האבן זיינע אייגענע מענטשען אנגעפאנגן צי פאדערן אז ער זאל זאגן מיט וואס ער גייט טשענזשען, נישט סתם זאגן טשענזש.
מיט דעם וואס ער האט גענומען ביידן קען ער נישט - נאר - נישט צובאקומען פרישע מענטשען, נאר אויך דערלייגן זיין אייגענע באזע, ווייל ביידן איז אן אלטער אינסיידער דורך געפראסן מיט וואשינגטאן פאליטיק, און דאס וועט ווייזן פאר זיינע מענטשען אז מ'רעדט גארנישט פון קיין טשענזש, און ווי מ'הערט שוין יעצט האבן אסאך מענטשען זיך אויסגעדריקט אומצופרידענהייט מיט זיין אויסוואל, זאגענדיג אז זיי זענען זייער דיסיפוינטעד, זיי ווארטן אויף טשענזש און דא געט מען זיי אן אלטער אינסיידער.
אנדערש איז ביי מקעיןן, וואס זיינע שטיצער זענען מענטשען וואס האלטן פון אים פערזענליך אז ער איז די ריכטיגע קאנדידאט פאר פרעזידענט, אלץ זיין עקספיריענס תוכן און געוועזענע פירערשאפט, איז וועם ער זאל נאר נעמען אלץ וויצע פרעזידענט וועט ער און געווענטליכע פעלער נישט דערלייגן זיין אייגענע באזע, ווייל זייער בליק איז אויפן קאנדידאט זעלבסט, און דאס וואס דער וויצע טויג נישט דאס נעמט נישט צי מקעין'ס מעלות.
פארשטייט זיך אבער אז אויף צו געווינען דארף מקעין נעמען אזא קאנדידאט וואס וועט אים צוברענגן א פרישע מענגע וויילער, וואס אן דעם וואלטן זיי אים נישט געשטיצט, ווי למשל די קאנסערוועטיווען וואס זענען זייער ברוגז אויף אים, און אויף דעם וועט ער נאך אסאך דארפן הארעווען.