הויפט זייט » נייעס און באריכטן » קאווענשאן נייעס

קאווענשאן נייעס

16 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #165
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
Mon Aug 25, 2008 11:05 am#1
קאווענשאן נייעס
היינט נאכט הייבט זיך אפיציעל אן די דעמאקראטידע קאנווענשאן אין דענווער, די צערעמאניע וועט זיך אנהייבן זייער עמאציאנאל מיט א ווידיא פון אבאמא'ס לעבענ'ס געשיכטע, דערנאך וועט מען שענקן אפאר מינוט פאר סענעטאר טעד קענעדי א גרויסע שטיצער פון אבאמא וואס קען נישט ערשיינען צוליב א מחלה אין קאפ, דערנאך וועט אבאמא'ס רעבעצין געבן א רעדע.
Mon Aug 25, 2008 11:14 am#2
Re: קאווענשאן נייעס
סענעטאר קענעדי איז שטילערהייט אנגעקומען קיין דענווער קען זיין אז ער וועט נאך געבן א רעדע, דאס איז א גרויסע סורפרייז פאר די ליביראלע חברה וואס זענען שטארקע חסידים פון די קענעדיס.
Mon Aug 25, 2008 11:49 am#3
Re: קאווענשאן נייעס
אין א ספעציעלע בראשור וואס איז ארויס געקומען פאר די דעלעגאטן פון ניא יארק ערב קאנווענשען, ווערט דארט דריי מאל דערמאנט מען זאל אכטונ געבן נישט צו טרינקן צופיל......................

נא אין זייערע הענט דארף צו ליגן די כח אפצומאכן ווער עס זאל זיין פרעזידענט......................
Mon Aug 25, 2008 11:57 am#4
Re: קאווענשאן נייעס
ביל קלינטאן ווי באקאנט האט שוין היינט אויף דער עלטער נישט קיין כח המעצר, ווען ער ווערט גערעגט ווייסט עס יעדער, ונארט קאראליינע יוכיח..........

יעצט הערט מען אז ער ברויזט אויף דעם וואס מ'האט אים געהייסן רעדן ביי די קאנווענשען איבער נעשאנעל סעקיוריטי און נישט איבער עקאנאמי וואס אויף דעם האלט ער זיך אן עקספערט, זיינע מענטשען געבן איבער אז קען זיין ער גייט אנפייפן און יא רעדן אויך איבער עקאנאמישע אנגעלעגנהייטן.
Mon Aug 25, 2008 8:19 pm#5
Re: קאווענשאן נייעס
דער פאלטישער שעפלעפל אויף קאלא וואסער זאגט יא מיט א זיכערקייט אז דער קענדי גייט רעדן דארט ביים בענטשן אין דינובער
Mon Aug 25, 2008 9:19 pm#6
Re: קאווענשאן נייעס
יא יא, יעצט איז שוין זיכער(אויף ביזדערווייל), אבער עס איז נאך אלץ א סורפרייז פארן עולם, נישט זיך רישענדיג דערויף.

בד"וו זיינע דאקטוירים האבן געראטן עס נישט צו טאן.....................וואס טוט מען נישט פאר אביסל לעבער........
Mon Aug 25, 2008 11:09 pm#7
Re: קאווענשאן נייעס
יא יא יעצט פארשטייט מען וואס חכז"ל זאגן אונז ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם
Tue Aug 26, 2008 1:24 am#10
Re: קאווענשאן נייעס
איך האב אביסל פרובירט מיטהאלטן, אבער פונקט האט די פאטענציאלע ערשטע ווייבל, געהאלטן די דרשה האב איך נאר געקאנט הערן, זי האט פרובירט ארויסברענגען ווי שטארק די אבאמאס האבן ליב אמעריקא.... גיי גלייב זיי.

און יא קענעדי זאגט ער גייט אים נאך איינשווערן אויך אלס פרעזידענט, און די מעקעינ'ס זאגן, יא יא, מיר זענען מסכים מיט אייך פולשטענדיג, דארט ווי איר וועט זיין דעמאלטס, דארט קענט איר אים רואיג איינשווערן... און פאר א נויט, קען ער אפילו אהינפארן אנזוועזנד צו זיין ביי די אינאוגורעישען...
Tue Aug 26, 2008 11:35 am#11
Re: קאווענשאן נייעס
צו ווייסט איינער צו עס איז דא דארט פראטעסטן אדער צו עס גייט זיין פון די קלינטאן שטיצערס אקעגן אבאמא?
Wed Aug 27, 2008 4:00 pm#12
Re: קאווענשאן נייעס
א ABC ריפארטער אין דענווער איז היינט ארעסטירט געווארן בשעת'ן אפכאפן א מענגע סענעטארן און וויכטיגע פארטיי דאונערס, ארויס קומענדיג פון א האטעל.
Wed Aug 27, 2008 5:23 pm#15
פרישע נייעס
עס איז יעצט באריכטעט געווארן אז היינט האט קלינטאן אין א רעדע צו אירע דעלעגאטן זיי אפיציעל באפרייט אז זיי מעגן שטימען פאר אבאמא, אבער זי האט קלאר געזאגט אז איך הייס ענק נישט צו טון אזוי נאר זיי קענען טון וויאזוי זייער הארץ באגערט, זי האט אבער צוגעלייגט אז איך האב שוין היינט אינטערגעשריבן מיין אינדארסירונג פאר סענעטער אבאמא.
אין אנדערע ווערטער האט זי געזאגט אפן וואס יעדער האט געוואוסט אז זי האלט אזוי אינעווייניג אז זי וואלט געדארפט זיין די דעמאקראטישע נאמינירטע ווען נישט די נארישע דעמאקראטישע פריימערי רעגולאציעס, זי האט טאקע אויך ארומגערעדט פון דעם פאקט אז זי האט אנגעצויגן גאר שטארק [וואס לויט די לעצטיגע ציילונגען האט זי געווינען 1920 דעלעגאטן] מיט מער שטימען, אבער דאך אזוי ווי דער טראדיציע גייט מיז איך ענק באפרייען צו קענען שטימען פאר אבאמא...

היינט גייט מען געבן צייט פאר די דעלעגאטן צו האלטן דרשות וואס מען גלייבט אז עס גייט אביסל מאכן לעבעדיג ווען די קלינטאן דעלעגאטן וועלן זיך נעמען דרש'נען אז די נאמינאציע וואלט באמת באלאנגט פאר קלינטאן
Wed Aug 27, 2008 5:34 pm#16
Re: קאווענשאן נייעס
יש"כ שעפעלע פאר שיינע די באריכט, מיר האבן הנאה געהאט.

ווען קלינטאן האט געזאגט אז זי באפרייט זיי האבן מאנכע געשריגן NO, האט זי געזאגט אז זו צווינגט קיינעם נישט וואס צו טון.

ונראה היינט ביינאכט מה יהי'