הויפט זייט » נייעס און באריכטן » בארק מצוה פאר א הינטל

בארק מצוה פאר א הינטל

8 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #169
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
Tue Aug 26, 2008 12:45 pm#1
בארק מצוה פאר א הינטל
מיט אונזערע אמעריקאנע אידעלעך קען מען זיך נישט אויסרעכענען.

אן אמעריקאנע אידעלע האט לכבוד די 13 געבורטס טאג פון זיין כלב געפראוועט לכבודו א בארק(מלשון בילן) מצוה סעודה, ער האט געצאלט דערפאר $10,000 גערופן הינדערט געסט, ווי אויך האט ער אים אנגעטון א קאפל מיט ציצית(ער כשלעצמו גייט נישט קיין קאפל), ווי אויך האט ער אים געשטעלט עולה זיין לסידור(אנשטאט תורה), און מען האט אנגצונדן א טעיפ וואס האט געזאגט פאר אים ברכו........, מען האט געזינגן און געטאנצען מיטן הינטל אין די הענט, ווי אויך זענען דעם הינטל'ס חברים פון קלאס געקומען זיך באטייליגן.

דער איד זאגט אז ער האט געפייערט זיין ראביי, ווייל ער האט זיך אויסגעדריקט נישט שיין אויף זיין הינטל בעת ער האט אים געלאדענט...........

ווי אויך זאגט ער אז זיינע קעצעלעך האט ער נישט געלאדענט................

קאמענטארן זענען איבריג...............
Tue Aug 26, 2008 1:33 pm#4
Re: בארק מצוה פאר א הינטל
ראנעלד איך האלט אז אזא מאדנע נייעס קומט נישט צווישן די אפיציעלע פורום פון נייעס און באריכטן ווי עס ווערט מער ווייניגער באהאנדלט און באריכטעט ערנסטע זאכן נישט קיין טשיקאווע נייעסן, העכסטנס קענסטו מאכן אן אפטיילונג וואס זאל זיין "דביק" וואס דארט זאל מען קענען באריכטן טשיקאווע און מאדנע נייעס כנלפע"ד
Tue Aug 26, 2008 1:46 pm#5
Re: בארק מצוה פאר א הינטל
אין יעדע צייטונג - וועב זייטל איז דא באריכטעט טשיקאווע נייעס און עס ווערט באריכטעט זייט ביי זייט מיט ערענסטע נייעס, ווילאנג עס איז אין די גדר פון נייעס.

עס איז נישט די ערשטע טשיקאווע נייעס וואס איך ברענג אראפ, און עס ליגט טאקע אין אן עקסטערע אשכול.