דער רוסישער בער
ווי עס איז וואויל באקאנט האט זיך לעצטנס אויפגעוועקט פון א טיפן (אויסזעהענדן) שלאף דער בער וואס איז געשלאפן רואיג די לעצטע 20 יאר און קיינעם נישט געבאדערט, אין די לעצטע שטיק צייט האט ער זיך פיין אויפגעוועקט און ער ברומט און ער בייסט און הערט נישט אויף צו סטראשענען, ווער עס נוצט גיט זיינע אויגן קען זעהן אז ער איז שוין אויפגעשטאנען ארום 12 יאר צוריק, ווען פוטין איז געווארן דער פרעזידענט פון רוסלאנד דעמאלס איז שוין געלאפן אין זיין פאליטישע קאפ וויאזוי צוריק צו ברענגען די אמאליגע שטאלץ צו רוסלאנד און צו ווייזן פאר די גאנצע וועלט אז זיי זענען א מעכטיגע לאנד מיט וואס מען דארף זיך רעכענען, ער האט שוין פון דאן געטון פארשידענע זאכן זיך צו רייצן מיט די מערב וועלט, אבער דאס מערסטע האט ער זיך ארויסגעוויזן אין די לעצטע פאר וואכן ווען ער האט אטאקירט גרוזיע אן קיין שום געהעריגע סיבה, און די אמת'ע סיבה איז געווען צו ווייזן פאר די וועלט אז "מיט מיר זאלט איר זיך נישט אנפאנגען"
עס פאדערט זיך א ברייטע און טיפע אנאליז פארוואס פונקטליך רוסלאנד האט אינטערגענומען די מלחמה מיט גרוזיע און וואס זי האט געוואלט דערמיט ווייזן, מיר גלייבן אז דער עולם האט שוין געהערט און געליינט דערוועגן,
דער מצב ווערט ערגער פון טאג צו טאג, יעדן טאג קומט רוסלאנד מיט א נייע משוגעת און א נייע סטעיטמענט ווי למשל ווען דער פרעזידענט פון רוסלאנד דימיטרי מעדוועדעוו האט געזאגט אין די לעצטע פאר טעג אז ער האט נישט מורא פאר נאך א קאלטע קריג... און דער מכה בפטיש איז געווען א טאג צוויי צוריק ווען רוסלאנד האט אנערקענט א חלק פון גרוזיע אלס א זעלבשטענדיגע לאנד, זיי האבן דאס געטון אלס נקמה צו די מערב וועלט וואס האט פאר עטליכע חדשים צוריק אנערקענט קאסאווא'ס זעלבשטענדיגקייט אקעגן די ווילן פון רוסלאנד,
הקיצור דער מצב איז אנגעצויגן און די לעצטע נייעס איז אז דער אי יו פלאנט ערנסט ארויפצולייגן סאנקציעס אויף רוסלאנד וואס דאס איז ממש א באמבאסטישע זאך אויב דאס וועט אויסגעפירט ווערן, פון איין זייט וועט דאס טאקע אויפטון אפשר, און פון דער אנדערע זייט קען דאס מער צופלאקערן די קריג צושטאנד צווישן די מערב וועלט-אמעריקע און רוסלאנד וואס איז שוין אזוי אויך אנגעצויגן אויף א הויכן גראד.
עס איז אינטערסאנט צו זעהן אן ארטיקל אין די צייטונג פון די וואך פ' ראה אלעס וואס רבינו הקדוש מסאטמאר האט געזאגט אויף רוסלאנד, און איינע פון די זאכן איז אז רוסלאנד זענען נאך די בעסטע פאליטיקער וואס פארשטייען נאך צו פאליטיק סאך מער ווי אנדערע, און נישט אלעמאל כאפט מען זיך אפילו וואס זייערע חשבונות זענען,עיי"ש. דא זעהט מעןטאקע ווי רוסלאנד האט אין די לעצטע פאר יאר געטון פארשידענע זאכן וואס קיינער האט נישט פארשטאנען פונקטליך אבער יעצט כאפט מען זיך שוין למפרע אביסל צו שפעט, ווי למשל דאס אז רוסלאנד האט אריינגעשיקט טרופן אין גרוזיע פאר עטליכע יאר צוריק פשוט אז זיי זאלן אפהיטן דער שלום אין די געגענט... מען האט זיי דעמאלס כמעט געגלייבט אבער אכן נודע הדבר וואס זייערע פלענער זענען שוין געווען, און אזוין אויך נאך פארשידענע אינטערסאנטע זאכן וואס זיי האבן געטון און יעצט פארשטייט מען עס הערשט.
עס איז נאך דא אסאך וואס אויסצושמועסן איך האב אנגעכאפט די נקודות נאר אויפן שפיץ גאפל ועוד חזון למועד בל"נ.