הויפט זייט » נייעס און באריכטן » איז פעילין מקעין'ס וויצע?

איז פעילין מקעין'ס וויצע?

9 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #175
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
Fri Aug 29, 2008 10:53 am#1
איז פעילין מקעין'ס וויצע?
פאקס נוס האט היינט געמאלדן אז פעילין די גאווערנער פון אלעסקא וועט זיין מקעין'ס מיטלויפער.

דאס איז א שטארקע סורפרייז א נאמען ואס קיינער האט זיך נישט גערישט, זי איז א שטארק רעכט געשטימטער און וועט זיכער אריין שניידן אין די פרויען בלאק וויילער ווי די קלינטן'ס וועלן טרעפן א נחמה.

עס איז דערווייל נאך נישט באשטעטיגט געווארן.
Fri Aug 29, 2008 11:41 am#3
Re: איז פעילין מקעין'ס וויצע?
יייייייעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעע!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
Sat Aug 30, 2008 11:22 pm#5
Re: איז פעילין מקעין'ס וויצע?
פאר די זעלבע סיבה וואס אלע רעפובליקאנער זענען אזוי פרייליך מיט די אויסוואל, עס איז א פאליטישע מאוו וואס מען האט שוין לאנג נישט געזעהן, קודם כל האט מקעין באלאנסירט זיין טיקעט מיטן אויסוועלן א קאנסערוואטיווע ווייס פרעזידענט וואס דערווייל האט אים געפעלט די קאנסערוואטיווע שטיצע, נאכדערצו איז עס א פרוי וואס קען אים העלפן אריבערברענגן צו זיך אסאך קלינטאן שטיצער וואס זענען נאך סתם אזוי נישט צו זיך געקומען פון איר דורכפאל,
דאס אז זי איז יונג,44 יאר ברענגט אסאך פרישקייט צו זיין טיקעט נאכדערצו אז דאס איז ווי א נייע אויפגעקומענע שטערן וואס מען האט נאכנישט געהערט צו פיל פון איר וואס קען אביסל קאמפיטן מיט אבאמא'ס מעסעדזש פון טשעינזש, חוץ פון דעם וואס עס זייענדיג א גאווערנער פון א סטעיט גיבט דאס צו צו די טיקעט עקזעקיטיוו עקספעריענס וואס פעלט פונעם אבאמא טיקעט,(סיי אבאמא און סיי ביידען זענען נאר געווען סענאטארן אן קיין ספעציעלע פירערשאפט ווי למשל א גאווערנער, א מעיער וכדו')


אין נאציאנאלע פארנעם איז זי נישט אזוי באקאנט אבער אין איר סטעיט איז זי גאר שטארק באקאנט זייענדיג די יונגסטע גאווערנער אין אלאסקאס היסטארי און איר אפראוועל רעיט שטייט ביי 80%, זי האט א משפחה פון פינף קינדער וואס דער אינגסטער איז קוים 4 חדשים און ליידט אויף דאון סינדראום ל"ע, דאס גיבט די בליק אויף איר אין די אויגן פון אסאך אמעריקאנער אז זי איז א חלק פון זיי, זי פירט אויך א משפחה און האט אויך פראבלעמען וואס דאס מאכט מענטשן פילן ווי איינער וואס וועט זיי פארשטיין, אנדערש ווי דער אבאמא טיקעט וואס באשטייט פון אזויגערופענע העכערע שיכט מענטשן וואס עס פעלט זיי נישט גארנישט נישט קיין געלט און כבוד און נישט קיין אנדערע פראבלעמען,

די מידיע הערט נישט אויף צו רעדן וואס פאר א געלונגענע אויסוואל מקעין האט געמאכט, זיין אויסוואל האט ממש איבערגענומען די נייעס פרייטיג און שבת און עס האט כמעט אינגאנצן אוועקגענומען די אטענשען פון אבאמא'ס געלונגענע דרשה וואס ער האט געהאלטן ביים אננעמען די נאמאנאציע פון די דעמאקראטישע פארטיי די פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט, יעדער איז שוין פון די פריע פרייטאג פארטאג שעה'ן געווען פארנומען וועמען מקעין וועט אויסוועלן, און ווען די נייעס איז אנגעקומען אז ער האט אויסגעקליבן אלאסקא'ס גאווערנער סאראה פאולין האט דאס אינגאצן עקסיידעט געמאכט די מידיע און מען האט נישט אויפגעהערט צו רעדן- נאך ביז יעצט- פון די פאליטישע שאס וואס מקעין האט ארויסגעשאסן (די פרישע נייעס איבער האריקען גאסטאוו וואס איז אויפן וועג קיין אמעריקע הייבט אן יעצט אביסל איבערצונעמען די פאליטישע ארענע)
Sat Aug 30, 2008 11:43 pm#6
Re: איז פעילין מקעין'ס וויצע?
שעפעלע הערליך ארויס געברענגט די געוואלדיגע אויסוואל וואס מקעין האט געמאכט, א געלונגענער מאוו מצידו, דארף מען צוווארטן און זען וואס די אנקעטעס וועלן ווייזן, ביזדערווייל שטייט נאך אבאמא גוט אין די אנקעטעס, די היינטיגע גאלאפ געט פאר אבאמא 8% העכער מקעין 49-41.
Sun Aug 31, 2008 12:52 am#7
Re: איז פעילין מקעין'ס וויצע?
יא יא מען וועט דארפן צו ווארטן נאך א טאג צוויי צו זעהן ווי שטארק עס האט אויסגעמאכט אין די אנקעטעס זיין אויסוואל,די אנקעטעס נומבערס קען מען זעהן אין די אשכול "אנקעטעס" ביי נייעס און באריכטן, עס איז זייער מעגליך אז אסאך מענטשן וועלן נאכנישט האבן קיין מיינונג אזוי שנעל וויבאלד מען הייבט זיך קוים אן צו באקענען מיט די נייע אויסוואל, אבער נאכאמאל לויט אלע פאליטישע אנאליסטן האט ער געטון א קלוגע שריט וואס קען אים אסאך צו העלפן אין אויפפרישן זיין גאנצע קאמפיין, אפגערעדט פון די קאנסערוואטיווע בלאק וואס שפרינגט פאר שמחה אז ער האט אויסגעקליבן פאלין וואס איז א קאנסערוואטיווע, און דאס וועט אוודאי ברענגען פאר מקעין די אלע קאנסערוואטיווע וואוטערס וואס האבן ביז יעצט נאך געהאט ספיקות איבער מקעין אז ער איז אביסל צו מעסיג, מען זעהט טאקע אז די אלע קאנסערוואטיווע שישקעס ווי למשל "ראש לימבאו" "זשאן הענעטי" האבן נישט געקענט באהאלטן זייער עקסטאז און אלע האבן געשאלט פאר שמחה אז ער האט איר אויסגעקליבן.
Wed Sep 03, 2008 11:01 pm#9
Re: איז פעילין מקעין'ס וויצע?
גאר א רייכע און תוכנדיגע עדיטאריעל איבער די וויצע פרעזידענט/קע פון אבאמא און מקעין האט אונזער חבר זארעכפעפער געשריבן אין אונזער צייטונג "היימישע ווינקעל" עס לוינט זיך דאס צו ליינען, עס איז א געפעפערטע ארטיקל
http://heimishevinkel.forumandco.com/forum-f7/topic-t186.htm?highlight=%f2%e3%e9%e8%e0%f8%e9%f2%ec