רעפובליקאנער קאנווענשן
מארגן מאנטאג נאכט (שופטים) דארף זיך אפיציעל אנהייבן די רעפובליקאנער קאנווענשן אין מינאפיליס אבער יעצט איז געקומען די שאקינג נייעס אז מעגליך וועט ווערן אפגעלייגט די קאנווענשן אויף שפעטער וויבאלד מארגן איבערמארגן הייסט עס אז עס וועט זיך אנרוקן דער האריקעין גאסטאוו צו די פאראייניגטע שטאטן וואס דאס מיינט א קאטאסראפע פאר אמעריקע אזוי ווי עס איז פארגעקומען ארום דריי יאר צוריק ביי האריקעין קאטרינע, וועגן דעם איז מעגליך אז די קאנווענשן וועט ווערן אפגעלייגט, עס איז נאכנישט קלאר וואס זיי פלאנען צו טון מיט דער קאנווענשן -צו דאס אינגאנצן אפלייגן אויף שפעטער אדער דאס צו פארווואנדלען פאר אן אפיל פאר די באטראפענע- אבער דאס האט יא מקעין געזאגט אז אינדערצייט וואס אמעריקע גייט אדורך א קאטאסראפע איז נישט די צייט צו פייערן די קאנווענשן, מקעין האט געזאגט פאר ריפארטערס "מארגן נאכט און אויב וויכטיג במשך די גאנצע קאנווענשן וועלן מיר זיך אויפפירן אלס אמעריקאנער און נישט אלס רעפובליקאנער ווייל אמעריקע דארף אונז יעצט האבן, נישט קיין חילוק וואס מיר זענען רעפובליקענס אדער דעמאקראטס דארף אמעריקע אונז האבן צו טון וואס אלע אמעריקאנער האבן אלעמאל געטון אין א צייט פון א קאטאסראפע" (גענוג פרעזידענטליכע ווערטער?)
א ווארטזאגער פונעם ווייסן הויז האט שוין געלאזט וויסן אז דער פרעזידענט דזשארזש בוש יר"ה וועט נישט אויפטרעטן ביי די קאנווענשן נאך וואס ער האט געזאלט אויפטרעטן מאנטאג די ערשטע נאכט פון די קאנווענשן אבער צוליב האריקעין גאסטאוו וואס רוקט זיך אינטער וועט ער זיך נישט קענען באטייליגן ביי די קאנווענשן, עטליכע גאווערנערס פון די באטרעפנדע סטעיטס וועלן זיך אויך נישט קענען באטייליגן ביי די קאנווענשן צוליב די האריקעין וואס וועט זיי ווארשיינליך אנטרעפן, עס בלייבט נאר איבער צו זעהן צו די קאנווענשן וועט בכלל פארקומען יעצט אדער מען וועט דאס אפלייגן אויף א קומענדיגע געלעגנהייט
בפשטות טויג נישט פאר די רעפובליקאנער דער אנקום פון די האריקעין פונקט יעצט ווען זיי דארפן מאכן זייער קאנווענשן, נאכדערצו אז ווען מען רעדט פון א האריקעין דערמאנט מען זיך פון די שטאטע ריאקציע פון דער רעפובליקאנע בוש אדמיניסטראציע ביי האריקעין קאטרינע, אבער פון דער אנדערע זייט אויב מקעין וועט דאס אויסנוצן ווי עס דארף צו זיין און ער וועט זיך ארויסשטעלן ווי א פרעזידענט און געבן חיזוק פאר די באטראפענע און זאגן זיינע מיינונגען אז מען זאל שיקן הילף וכדו' קען דאס נאר ארויסהעלפן ווען מענטשן וועלן טראכטן אז דער חברה מאן טויג יא און מקעין וועט דאס גאר אויסנוצן ארויסצוברענגען פאר אמעריקע די חילוק וויאזוי בוש האט געהענדלט אזא זאך און וויאזוי ער וואלט דאס געהענדלט, אפגערעדט פון דעם אז אויב געט ער אויף זיין הכתרה אלס מיטגעפיל צו דאס אמעריקאנע פאלק כדי נישט צו פייערן א שמחה אינדערצייט וואס אנדערע ליידן דאס אליין קען אים ברענגן אסאך שטיצע,
ווי מען זעהט שוין פרובירט ער טאקע אויסנוצן די געלעגנהייט און ער איז שוין שטארק פארנומען מיט די האריקעין, ווי מען זעהט פון די אויבנדערמאנטע סטעיטמענט וואס מאכט דאס אמעריקאנע פאלק זייער באקוועם מיט אים אלס א מענטש וואס זוכט צו העלפן אמעריקאנער און איז גרייט פאר זיי און א צייט פון נויט, ווי אויך איז ער געפארן קיין מיסיסיפי - א פלאץ ווי דער האריקעין דארף אויך לאנדן - אויפן רוף פון דער דארטיגער גאווערנער כדי צו געבן חיזוק פארן עולם וואס גרייט זיך אויף אן ערנסטע קאטאסראפע, ממילא קען גאר זיין אז מעז יצא מתוק און די רעפובליקאנער וועלן נאר בענעפיטירן דערפון, יעצט ווארט מען צו זעהן וויאזוי אבאמא וועט נוצן זיין שכל (אויב ער האט) צו הענדלען די דאזיגע קאטאסראפע וואס באדראעט אנצוטרעפן אמעריקע די וואך, ווייל אויב ער וועט דאס אויך הענדלען ווי א שטארקע פירער קען ער גאר אסאך בענעפיטירן דערפון, אבער ביזדערווייל האט מען נאכנישט געהערט קיין מוק פון אים איבער די געשעעניש פון די האריקעין אבער ער האט נאכנישט פארשפעטיגט