הויפט זייט » דאס היימיש ווינקעלע-יושבי קרנות » קרני פרה = די ווינקעל טוט פרוכטבארן

קרני פרה = די ווינקעל טוט פרוכטבארן

5 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #18
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
Tue May 06, 2008 1:06 am#1
קרני פרה = די ווינקעל טוט פרוכטבארן
דער שיינער הערליך-געדרייטער טראפ וואס לדאבונינו מאכט זיך דאס גאר זעלטן, זינגט אויף אלע צילינדערס.. ווי נאר דער בעל קורא הייבט אויף זיין שטימע, און הייבט אן דרייען דעם גארגל מיטן תלישא גדולה דערפון, שמייכלט שוין א האלבע בית המדרש, און ווען ער פזר'ט ארויף מיטן טיפן קול'כל זיינס, אין צענטער פונעם קרני פרה, זעט מען שוין ווי איעדער איינער פון שול קוקט אויף זיין שכן צו זיין רעאקציע צו דעם זיסן טראפ, און ווען אט אט ענדיגט ער שוין אויס דעם לעצטן חלק דערפון, דער תלישא קטנה, ליגט שוין אויף יעדנס פנים אויסגעשפרייט אזא מין רואיגע צופרידענהייט אז ברוך השם ס'איז דורך בשלום ובשלוה... בלי שום צער ונזק לישראל.

כלפי מה הדברים אמורים.

קרני פרה, איז מרמז אויף אונזער שיינעם נייען ווינקעל, וואס וועט אפשפיגלען און סימבאלאזירן, תורה ויראת שמים, שיחת חולין של ת"ח הצריכין לימוד, התוועדות קודש, מאמרים יקרים, פתגמין קדישין, און א שפאר ביסל ליצנותא דע"ז צו דער זייט, והעולה על כולנה, א מקום ווי ס'וועט מקויים ווערן דער אז נדברו איש אל רעהו, אויף אידיש גערעדט הייסט דאס, אז פריינטליך געמיטליך ווינקעל, ווי פריינט שמועסן זיך צונויף, אין א ווארעם אטמאספארע..

דער ווינקעל פארשפרעכט צו זיין בעזה"ש.


א ווינקעל פאר אידישקייט.
א ווינקעל פאר חיזוק.
א ווינקעל פאר פארברענגען.
א ווינקעל פאר גוט-ווערטלעך.
א ווינקעל פאר וואוילע אידן.
א ווינקעל פאר קלוגע שפרעכווארטלעך און לאזונגען.
א ווינקעל פאר וואזשנע און געניאלע אויפטרעפן און איינפאלען.
און א ווינקעל פארן היימישן ציבור וואס דרייט זיך אין היימישן ווינקעל..


ווינקעל ווינקעל. במה אברכך?


שלא יהי' בך שום נגף ולא חטא ולא חסרון ולא עון ולא צער ולא חולי ולא חסרון ולא פגע ולא נגע ולא היזק ולא תחסר כל בך, אלא כל הקרניים שמקרינים מתוכה יהי' כמו הקרני הוד של משה רבינו וכמו הקרני פרה של הבעל קורא בבית הכנסת, וכמו העשתרות קרניים שבמשנה תורה.
Thu Jul 31, 2008 5:36 pm#3
Re: קרני פרה = די ווינקעל טוט פרוכטבארן
בפרט מיטן אריינקום פון סייעתא דשמיא אליינס בכבודו ובעצמו דא, איז דאך זיכער אזוי.
Mon Aug 04, 2008 6:20 pm#4
Re: קרני פרה = די ווינקעל טוט פרוכטבארן
זיצט זיך יוזפא, דער קצב, פארגאנגענעם שבת נעבן זיין יוגנט פריינט מאנישט, דער פרוכט הענדלער.

ס'שא שטיל... קיין פיפס הערט מען נישט! מענדל לייב, דער אלטער בעל קורא, שארפט זיך שוין זיין שטימע פאר די לעצטע דריי וואכן, זינט דעם פארלאפענעם קרני פרה. אט, אט, קומט שוין צוגיין נאכאמאל דער לאנג ערווארטערטער אלפיים באמה קרני פרה'דיגער מעלאדיע....

דאס גאנצע שולכ'ל שטייט געשפאנט מיט נייגער. מי הוא זה ואיזה הוא? ווער איז דער וועלכער וועט זוכה זיין צום 'קרני פרה'דיגער' ברעטל? מיינט איר אודאי אז דער אלטער רב צי שימעלע דער בית דין שמש, וואס קלערט איר, הא?

יייעעעעעעממממווודדדדד מורה מורינו הרב רבי פייטיל בן מורה מורינו רבי רבי נטע חתן הקרניים....

יע, יע, כ'אדעך געוויסט - רוימט אזוי יוזפא אריין צו מאנישן - כ'אדעך געוויסט. וואדען? ווער דען איז דער חתן אז נישט דער שטאלצער פייטיל אונזער אויבערמאן....
Mon Aug 04, 2008 6:46 pm#5
Re: קרני פרה = די ווינקעל טוט פרוכטבארן
ר' פייטל קוקט אראפ פון אויבן ביי זיין הויבערשטע שטייסל, מיט זיין שפיציגן צילינדער, שיסט ער שארפשפיזיגע שטימע בליקן צו אלע אונטערטאנען, האבן זיי גענוג רעספעקט פארן אויבערמאן?????

אט, דערזעט ער ווי יוזפא מיט מאניש, שפרעכן עטוואס, רוימען זיך אריין כסדר אינעם לעפל פון די אזנים אריין, זייער שעפשען צילן אויף זיין ריכטונג, זייערע מורמעלרייען ברענגען ארויף זיין גרימצארן, אט אט צינד זיך דאס אן אויפן העכסטן ארט.... מיט א געשריי גיבט פייטל א קוויטש, א חתן איז ער ?? הלואי!!!!!

און זאפארט גיבט זיך פייטל א אריענטיר, ער כאפט א בליק אויף פאלעק'ס אומשולדיגע פלאטשיגע נאז, וואס פראקלאמירט פאר'תמ'קייט פון די לבנה אראפ, און פייטל נעמט זיך שמייכלען..... זיין שמייכל ווייסט נישט קיין גרעניץ....


יא יא לאכט ער זיך אונטער.... וואס פארשטייען זיי די אונטערשטע קלאסע? עפעס אנדערש ווי באטראכטן חתנים און קוקן מיט אנטריסטונג אויף די אויסגעביגלטע חתן קליידער, קאנען זיי ניט!!!!

כע כע כע... קיזלט אים דאס געלאכעריי אין בייכל, פארגין איך זיי די יוזפא'לעך מיט די מאניש'לעך דעם שטאפל זייערע, געזונטערהייט, ואני... איך וועל בלייבן מיט די אויבערלייט... נאר אלס אויבערמאן, וועל איך קענען אנגיין מיט די עבודת הקודש...

דערמאנט ער זיך דער באקאנטער אויבערשטיגע לאזונג.. מוטב שיהי' אויבערמאן כל ימיו ואל יהי' אונטערמאן רגע א'.