הויפט זייט » דאס היימיש ווינקעלע-יושבי קרנות » עקספערטן, מיך עקספערטירט נישט

עקספערטן, מיך עקספערטירט נישט

4 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #184
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
Tue Sep 02, 2008 11:31 am#1
עקספערטן, מיך עקספערטירט נישט
לאזטס מיך אפ! איינמאל פאר אלעמאל! איך האב מער נישט קיין כוח צו ענק............

נעכטן נאכט זיצענדיג מיט אפאר קיכעלעך אין די הענט האט זיך מיר פארגליסט עפעס געשמאקליך מיט וואס צו פארברענגן, נא וואזשע טוט א איד מ'נעמט ארויס איינע פון די לייען מאטריאלן און וואפס.................וואס זע איך דארט? בלאט נאך בלאט זיי געזונט....חינוך.....שלום בית.....נא נישט דאס זיך איך יעצט, גייט מען צום צווייטן אויסגאבע ווייטער ער רעדט שוין פון ריקן פראבלעמן, נעם איך די פרויען אפטיילונג באהאנדעלט ער מיר דארט ציינדלן ביי קינדער, א דריטער אויסגאבעו כו' וכו'

קיין ברירה האמיר נישט געהאט מ'האמיר אנגעצינדן דעם טעלעפאן ליניע, און ווייטער עודך כי עניתנו געזונט געזונט און נאכאמאל געזונט, וואס ווילט איר פון מייך לעבן האבן?! איך בין נאך נישט גענוג קראנק אז איך ברויך אז די זאלסט מיר במיטב כוחך מסביר זיין פארוואס איך בין קראנק?!
צו וואס מיינט איר האט מיין מידע נשמה זיך גענומען די מיה אין די שפעטע נאכט שטונדן צו דריקן די פאר קנעפלעך אויפן טרייבל, אויף צו הערן טרויעריגע מעלאדיעס און אויסגעוועפטע שיעורים...........? אויב מיינט איר אזוי זאג איך אייך קלאר און הויעך ניין און ניין, זיפצערייען צו הערן קען איך גיין אין שפיטעלער איך ברויך דיר נישט פאר דעם, איך ברויך אייך אויף איין זאך ווען איך בין מיד זאלסטו ארויף ברענגן א שמייכל אויף מיינע מידע ביינער פארשטאנען?!

נו ווייטער וויל איך קויפן עפעס א געשמאקן תורה טעיפ און וואס ווייטער? ווילט איר האבן א ריכטיגן שלום בית דאן קויפט די סעריע שיעורים פון דעם וועלט בארימטן סקיי סקרעפער הרה"ג ר' משוגה מאכן די וועלט שליט"א און דאן וועלן אייערע קינדער זיין ריכטיגע.......משוגעים לדורי דורות.

הערטס מיר אויס איר ווילט משוגה מאכן די וועלט? מסכים אבער מיר לאזטס ארויס פונעם בילד! ערלעדיגט.....! אבער נישט נאר מיר נאר אויף מיין ווייב קינדער שוויגער מאמע זיידע באבע מומע וכל שם......... ווייל ווען די מאכסט זיי קראנק ווער איך אויך אטומאטיש קראנק.

לאמיר אביסל צולייגן וויאזוי עס ארבייט ביי די עקספערטן, די ערשטע זאך וועט ער אייך אריין פירן אין א תורה'דיגן שלייער אזוי ווערט איר שוין דאס זייניגע, און דאן וועט ער אויסדרייען זיין פשוט'ן שפראך צו עפעס א העכערן שפראך מיט העכרע ווערטער וואס דאן זענט איר שוין אינגאנצען דאס זייניגע.

דער שלום בית עקספערט וועט אנהייבן מיט דעם באקאנטן פסוק "על כן יעזוב איש את אביו ואת אמו ודבק באשתו", דא קומט די דרשה,

רבותי טייערע אינגעלייט האט איר אמאל אביסל אריין געקלערט דעם אינהאלט פון דעם פסוק?

אלע אויגן ווערן שוין אנגעשפיצט מיט נייגער......

דער פסוק זאגט אונז א מורעדיגע זאך, על כן!!! זאגט ער שוין מיט א העכערן טאון, וועגען דעם!!!!, יעזוב!!!!!!!!, דא ווערט עס שוין נאך העכער זאל מענטש פארלאזן את!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! דעם!!!!!!! וועמען פרעגגט יעדער אנגעשפיעצטערהייט? דא בלייבט ער שטיין פאר דריי סקונדעס מאכט זיך צו די אויגן און פלוצלינג א עפן צוריק און די פינגער געצילט צום ציבור און מיט א ספאנטאנע געמיטליכע געשריי אביו ואת אמו!!!!!!!!!!!!!! און ער פירט אויס דאס איז די זעלבע תורה וואס זאגט כבד את אביך ואת אימך.................אבער ביז.........

דער עולם שטייט שאקירט טאקע אזוי זאגט דער פסוק ווי ווא, מסתם האב איך קיינמאל נישט געלערנט דעם פרשה...............

אבער דאס איז אים נישט בייגעפאלן צו זאגן דעם זעלבן פשעטל פארקערט, צילייגן דעם כבד את אביך ואת אימך אזוי זאפטיגערהייט, און אויספירן דאס איז די זעלבע תורה וואס זאגט על כן יעזוב יכו' פארוואס נישט? ווייל דאס שטימט נישט מיט זיין אגענדע.

דער געזונטהייט בעל דרשן וועט אנהייבן מיט אן ערענסטן אנגעקנייטטשטען פנים ווי א ליטוואק, דער רמב"ם אין דעות זאגט וז"ל רוב חולי הגוף באים וכו' רבותי דער הייליגער רמב"ם מיט זיין געוואלדיגן כח האט אונז שוין פאר הינדערטער יאר צוריק אנטפלעקט דעם געוואלדיגן סוד וואס ליגט אין די גוף פון א מענטש.....אויב איר וועט זיך נישט היטן דאס געזונט דיין זענט איר א מאבד עצמו לדעת.........

וואס טוט זיך מיטן רמב"ם אז אסאך חולי הגוף קומען פון עבירות? וואס טוט זיך מיטן רמב"ם אז קרענק קומען אויף א מענטש אלץ א שטראף פונעם בוכ"ע פארן נישט היטן די תורה, וואס טוט זיך מיט אלע אנדערע רמב"ם'ס אין דיעות שטימט עס מיט דיינע טעאריעס???

דא קומט שוין די סעיפטי בעל דרשן קיין פסוק אדער רמב"ם האט ער נישט געטראפן, נו א איד געט זיך אן עצה ער האט געטראפן א חסידישן טייטש, די פסוק אין תהיללים(ער זאגט שוין מיט צוויי למד'ס ווי דיע אידן וואס דריקן שטארק דעם למד)זאגט ה' שומריך ה' צלך טייטשען די ספרים דער אייבישטער איז דיין שאטן אויב געסטו דיך אייכטונג דאן היט ער אויף דיר אבער אויב נישט! דאן וויל איך נישט זאגן........

דאן קומט ארויף אויפן בימה דער באקאנטער מחנך נפלה וואס צענדליגער זענען שוין פון אים אויסגעהיילט געווארן און אינז האמיר אים היינט געברענגט ספעציעל פון ארץ ישראל צום היינט נאכטיגן דינר(קוקט אויס אין אמעריקא איז נישט דא קיין מחנכים), און הייבט אן מיט דעם פסוק "שמאל דוחה וימין מקרבת" מיטן זיסן שמייכל זאגט ער דעם שמאל דוחה דארף מען דאך נישט מסביר זיין דאס פארשטייט שוין יעדער אליינס, אונז וועל מיר זיך נעמען צו דעם ימין מקרבת, דאן מאכט ער א טרענספער צום חנוך לנער על פי דרכו אזוי אז ביז צום סוף פארגעסט שוין יעדער פון דעם שמאל דוחה.

דאס איז אלעס די ערשטע העלפט פון די דרשה וואס דארט גאלאפאט יעדער אויף זיין אייגנארטיגער שטייגר מיט זיינע מקורות און פסוקים, ביים צווייטן העלפט איז שוין יעדער אייניג, מ'דרייט איבער דעם דאשיק פון א תלמיד חכם צו א וועלטס עקספערט און מ'הייבט אן שיטן הויעכע שפרידעלדיגע ווערטער וואס קיינער פארשטייט נישט און דאן הייבט ער אן נאר אויפן שפיץ גאפל מסביר צו זיין צוליב ווייניג צייט, יעדער מיט זיין ניסוח אבער אלעס צום זעלבן ציל מיך משוגה צו מאכן................

אשר על כן וויל איך אייך אלע דא קלאר שטעלן, גענוג איז גענוג!!! איר וועט נישט אייננעמן מיין לעבן מיט אייערע דמיונות וחזיונות, איך וועל שטיין פעלזן פעסט קעגן אייך און צושטאפן מיינע אויערן צו אייערע בויך קרעפעלנישן, און פון היינט און ווייטער שטייט'ס נישט אין מיינע ד' אמות.

פארשטאנען?!
Tue Sep 02, 2008 12:15 pm#2
Re: עקספערטן, מיך עקספערטירט נישט
אוי ווי מפארשטייט, זיער גוט ארויסגעברענגט.

אבער איך מיין אז עס איז דא גענוג צו ליינען אין צו הערן חוץ דאס.
Thu Sep 04, 2008 2:03 pm#4
Re: עקספערטן, מיך עקספערטירט נישט
ראני, איך האב הנאה געהאט פון דיין באשרייבונג.