הויפט זייט » דאס היימיש ווינקעלע-יושבי קרנות » עדיטאריעל: אבאמא פאלין, אדער ביידן פאלין?

עדיטאריעל: אבאמא פאלין, אדער ביידן פאלין?

9 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #186
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
Wed Sep 03, 2008 5:54 pm#1
עדיטאריעל: אבאמא פאלין, אדער ביידן פאלין?
זעלטן וואס מיר שרייבן איבער פאליטיק, אבער גאנץ אפט שרייבן מיר עדיטאריעלס... מיר האבן טאקע גאנץ א קנאפע גאנג איבער שרייבן אין פאליטישע איינגעלעגנהייטן, פארט אבער שפירן מיר זיך דאס מאל גענוג אינפארמירט צו קענען ארויסברענגען אייניגע פונקטן בשייכות צו די לעצטערע פאליטישע אנטוויקלונגען.

דאס אמעריקאנער פאלק איז בלי ספק געכאפט געווארן אין א סורפרייז פארגאנגענעם פרייטיג בשעת דער רעפאבליקאנער קאנדידאט, דזשאן מ'קעין (ר-אז), האט געמאלדן זיין נאמינאציע באשלוס פאר וויצע פרעזידענט אמט, מרס פאלין, די גובערנאטארין פון אמעריקעס 49'סטע שטאט אלעסקע. מרת פאלין, 44, א מאמע פון פינעף קינדער. דער עלטסטער 19 און דער יונגסטער, א דאון סינדראם, 4 מאנאטן.

ווי דער שטייגער אין פאליטיק, האט די מידיע באלד נאכן מעלדן איר ווי. פי. נאמינאציע זיך גענומען צו אירע ביינער. און, אז מ'זוכט טרעפט מען... ווי געראכטן, זענען די שפעקולאציעס אין די ערשטע 24 שטונדען געווען געוואנדן אינעם ריכטונג פון 'עקספיריענס'. זייענדיג אן אומבאקאנטע נאמען פארן פאלק זענען די ערשטע פראגעס געווען: צי איז מרס פאלין מער ערפארענד ווי דער דעמאקראטישער פרעזידענט קאנדידאט, מר. באראק חוסיין אבאמא (ד-אל), וועמען די רעפובליקאנער רייסן ארונטער אלס אן אומערפארענער.

עס איז א פאקט אז דער היי יעריגער פרעזידענטליכער קאמפיין איז ארויס פון אירע טראדיציאנאלע רעלסן. אנשטאט זיך צו קאנצעטרירן צו די אלגעמיינע אישוס וועלכע ווערן געווענדלעך אויפגעברענגט אין פרעזידענטליכע קאמפיינען, איז דער היי יעריגער קאמפיין פארוואנדלט געווארן צו א 'סאלאגאן קאמפיין'. ס'איז אויסגעטריקנט פון אינהאלט. די דעמאקראטן, מיט זייער הויפט לויפער, מר. באראק אבאמא, האבן באוויזן צו פארקירעווען דעם קאמפיין צום 'טויש סאלאגאן', און די רעפאבליקאנער זענען ווי גוטע קינדער נאכגעטאנצן דעם סאלאגאן-שפיל. אנשטאט אריינצושטעכן א נאדל אין דעם אויפגעבלאזענעם 'טויש-באלאן', אזוי אז דער ווידער קלאנג פונעם בוסט-קראך זאל זיך אריינשניידן ביז אין טיפן מח פון יעדן רעכט דענקענדיגן בירגער, זענען זיי גאר מיטגעשלעפט געווארן אינעם שדים-טאנץ פון א 'סאלאגאן קאמפיין'. מרס פאלינ'ס אויסוואל פאר די וויצע אמט איז זיכער אן עפעקט פון דעם היי יעריגן מאדנעם 'טויש קאמפיין'. זיינעדיג אונטערן איינדרוק פון מר. אבאמאס טויש ניגון, וועלכער וועלכער ווערט שוין געזונגען באלד א יאר צייט, האט געצווינגען מר מ'קעינ'ען אפיר צוקומען מיט א ווי. פ. וועלכע זאל אהערשטעלן א בילד פון א 'טויש'. איר ווילט א טויש? איר ווילט אינגע כוחות? נו, דא האט איר!

מען קען פאר קיין געלט אויך נישט פארהוילן אז דאס זעלביגע האט זיך אפגעשפילט אויף דער אנדערער זייט פונעם קאמפיין. די רעפובליקנער, אנשטאט זיך צו באציען צו אינהאלטרייכע אישוס, מיט וועלכע זיי וואלטן גאנץ גרינג געקענט דערמיט אוועק בלאזן דעם לופטיגן 'טויש באלאן', האבן זיי גאר - צום צווייטן מאל אין לויף פונעם קאמפיין - נאכגעטאנצן די דעמאקראטישע סטראטעגיע. נעמליך, אויפגעבלאזן א 'ערפארונגס סאלאגאן', וועלכער צילט צו פארטונקלען מר. אבאמאס פאזיציע צום פרעזידענטליכן אפיס און צו דער זעלבער צייט האט דארף דאס צו הייבן דעם פאלקס טראסט צו מר מ'קעין. ס'איז טאקע מער א תוכנ'פולער באלאן, אבער פארט א באלאן. זעט אויס אז דער דאזיגער 'ערפארונגס' ניגון האט אויך גאנץ גוט אפגעזינגען צווישן די דעמאקראטישע לאגערן, אזש ס'האט געפירט מר. אבאמא'ן צו נאמינירן מר. דזאשאו ביידען (ד-דוו), אן אלט געזעסענער סענאטאר מיט יארן ערפארונג, וועלכער איז אין אנדערע צייטן פארעכנט געווען פון די אבאמא'ס דעמאקראטישע קריטיקירערס, אלס זיין ווי. פ. מיטלויפער.

ווי געזאגט, אויב איז נאך איינער מסופק געווען צו די צוויי 'סאלאגאן באלאנען' פון 'טויש און ערפארונג' פארנעמען די פרעמינאנסטע ערטער ביים היי יעריגען קאמפיין, האט זיך דאס ביים אויסקלויבן די וויצע פרעזידענטן ארויסגעשטעלט ווי א פאקט.

וויצע פרעזידנטן האבן אין די היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן געשפילט גאר א קנאפע ראלע (אויסער אין אויסנאמ'ס פעלער). נאך וואס א פרעזידענט איז ערוועלט געווארן צום אפיס זענען די וויצע'ס מער ווייניגער אראפ פון די העד ליינס. זעלטן וואס מען האט געהערט פון א וויצע. דער אמט איז מער א סימבאלישער, ווי איידער א פאקטישער. דער ערשטער וועלכער האט אריינגעברענגט אין אקטיווען אמט מיטצוטיילן דעם וויצע אין די טאג טעגליכע ווערטשאפט, איז געווען נישט קיין אנדערער ווי אונזער היינטיגער פרעזידענט, מר. בוש. און טאקע פאר די זעלבע סיבה פארוואס מר. אבאמא האט געקליבן מר. ביידען אלס זיין וויצע – אומערפארונג! די דעמאקראטן האבן דאן, אין 2000, געטיידלט אויפן היינטיגן פרעזידענט אז ער איז אומערפארנד אין אינטערנאציאנאלע איינגעלעגנהייטן, און דערפאר איז מר. בוש געווען געצווינגען אריינצוברענגען כסדר מר. טשעיני'ן אין אקטיוויטעטן. היינט צוטאגס, נאך אכט יאר, איז דאס שוין געווארן אין רוטין אז וויצע פרעזידנטן זאלן שפילן באלד אזא ראלע ווי דער פרעזידענט זעלבסט. עס וואלט זיך געווערטלט אז מר. בושנ'ס אריינעמען מר. טשעינין אינעם טאג טעליכן ווירטשאפט, האט גאר געשטעלט מר. אבאמאן אויף די פיס, און קען מעגליך געניצט ווערן אלס דער מעסער פאר מר. מ'קעין...

זינט די מעלדונגען איבער מרס פאלינ'ס נאמינאציע פאר וויצע אמט האבן די דעמאקראטן אנגעהויבן צו שפאטן פון דעם 'ערפארונג באלאן', באטאנענדיג אז מרס פאלין איז גארנישט בעסער ווי מר. אבאמא אין דעם הינזיכט. די דעמאקראטן, מיט זייערע פארפירענישע טאקטיקן, האבן צום ערשט אראפגעמאלן א בילד אז מר. מ'קעין איז שוין זיכער א טויטער, ער לעבט שוין נישט (כל העומד...). נו, אז ס'מתו מוטל לפניו איז דאך קלאר אז מרס פאלין זיצט שוין אין אפיס, יעצט איז בלויז די פראגע ווער עס איז מער ערפארנד; מר. אבאמא צי מרס פאלין. מר. מ'קעין לעבט און איז געזונט און שטארק! דער 'ערפארענער' מר. מ'קעין לויפט אנטקעגן דעם 'אומערפארענעם' מר. אבאמא, און עס לויפט נישט די אומערפארענע מרס פאלין אנטקעגן דעם ערפארענעם מר. ביידען. די וויצע פרעזידענטן זענען בלויז דא על כל צרה 'שלא' יהי', אבער נישט על כל צרה שלא הי'!...

אויב זאלן מיר קוקן אביסל טיפער, וועלן מיר גאר זען אז אפי' מר. ביידען, דער נאמינירטער וויצע פאר מר. אבאמא, וועלכער דארף אפצושלאגן די ערפארונג סאלאגאן, האט אויך זיין ערפארונג בלויז אלס סענאטאר. ער האט קיינמאל נישט געדינט אלס אן אקטיווער פירער פון א שטאט. מען איז פארנומען צי מרס פאלין האט ערפארונג אין אינטערנאציאלנאלע אנגעלעגנהייטן און מ'פארגעסט אז א פרעזידענט דארף ערשט זיין ערפארנד אין נאציאנאלע איינגעלעגנהייטן. ער דארף ערשט קענען צושטעלן די געברויכן פונעם פאלק אין לאנד, און ווען עס האנדלט זיך אין די סארט אנגעלעגנהייטן איז סיי מר. מ'קעין און סיי מרס פאלין זיכער פיל מער ערפארנד ווי די צוויי בלויזע סענאטארן, מר. אבאמא און זיין מיטלויפער מר. ביידען. זיי האבן אין פאקטישן קיינמאל נישט געהאט קיין ערפארונג אין נאציאלנאלע איינגעלעגנהייטן.

אין פאל אז דער אלטער מר. מקעין און זיין וויצע קעגנער מר. ביידען וועלן זיך ביידע צומאכן די אויגן, וועט מר אבאמא בלייבן 'גענצליך' אויסגעשפילט פון ערפארונג, סיי נאציאנאל און סיי אינטערנאציאנאל, בעת מרס פאלין וועט כאטש בלייבן מיט די ערפארונג פון פירן א שטאט!
Wed Sep 03, 2008 11:54 pm#2
Re: עדיטאריעל: אבאמא פאלין, אדער ביידן פאלין?
זארעך א ריזיגע עדיטאריעל האסטו געשריבן, איך קען מיך נישט גענוג אפוואונדערן אז אונז האמיר אזא שרייבערישע אוצר דא אינעם ווינקעל, עס איז רייך שיין תוכנדיג געפלאכטן מיט פארשידענע חידושים וואס מען האט נאכנישט געהעריג ארויסגעברעגנט ביז אהער, און בעיקר איז עס טאקע געווען גאר גיט געשריבן אויף די עדיטאריליסטישע שפראך, איך מיין אז די זאלסט נאר אזוי ווייטער אנגיין וועסטו קענען קאמפיטן מיט משה לייב דייטשעס עדיטאריעלס,נאכמאל באקומסט פון מיר א עי פלאס, טענק יו.
Thu Sep 04, 2008 7:59 am#3
Re: עדיטאריעל: אבאמא פאלין, אדער ביידן פאלין?
יישר כח זארעך זייער שיין ארויסגעברענגט
Thu Sep 04, 2008 12:28 pm#4
Re: עדיטאריעל: אבאמא פאלין, אדער ביידן פאלין?
א ריזיגע ישר כח פאר זארעח פאר די הערליכע עדיטאריעל.
Thu Sep 04, 2008 1:22 pm#5
Re: עדיטאריעל: אבאמא פאלין, אדער ביידן פאלין?
וואו, א מעכטיגע דזשאב פון זארעכ !!

איך האב מיך טאקע כמעט ארויס געלאזט פון פאליטיק ווי איך בין געווען פארטינקן ראשו ורובו ומוחו, מילא לייען איך בכלל נישט קיין אנאליזן, אבער אז זארעכ שרייבט אידאך נישט שייך.

קודם בין איך פשוט געוואר געווארן נייעס, אזוי ווי איך האלט בדווקא גארנישט מיט, איז יעדע שורה געווען א חידוש, נע אבער דאס אידאך שטותים, דער עיקר איז וויזוי דו לייגסט עס אראפ, ממש אין מויל אריין, געגאסן פון גאלד, בעטעמט און געשמירט.

מילא זאלסטו וויסן זארעכ, אז איך פלעג אמאל מיטהאלטן יעדן אטעם וואס א פאליטישן האט געגעבן, איך האב נישט געלייענט קיין איין אנאליז אויף די יעצטיגע עלעקשענס, נישט אין קיין צייטונגן, נישט אויף קיין אידישע וועב זייטליך,נישט געהערט קיין טאק שויס אדער טאפ אף די שעה נייעס, איך בין אויסגעשאלטערט.

די ארטיקל וועט זיין דאס איינציגסטע !!
Thu Sep 04, 2008 1:30 pm#6
Re: עדיטאריעל: אבאמא פאלין, אדער ביידן פאלין?
זילבערנע בעכער גאר א חשובע זאך אז די האסט דיך ארויסגעלאזט פון די נארישע פאליטיק וואס בארויבט די טייערע צייט פונעם עולם, אבער אפילו פאר איינער וואס ליינט יא פאליטישע ארטיקלען און אנאליזן איז אויך זארעכס עדיטאריעל א חידוש פון א זאך.

זארעך טייערע איך וואלט דיר געבעטן צו שרייבן א יעדע שטיק צייט אזעלכע עדיטאריעלס אין אונזער צייטונג "דער ווינקעל" די וואלסט אונז אלע מהנה געווען מיט דיינע געשמאקע געשרייבאכטס
Thu Sep 04, 2008 1:36 pm#7
Re: עדיטאריעל: אבאמא פאלין, אדער ביידן פאלין?
נו, אז זרעך שרייבט מוז מען ליינען, און אז מליינט זרעך'ס אן עדיטאריעל ווערט מען נישט פארטיג, און אז מ'ווערט נישט פארטיג מוז מען דאך אריין ווארפן אפאר סענט אונעם פאליטישן קאך לעפל, והנה.......

קיין גאראנטי אז איך גיי מיר האלטן אויף די רעלסן געב איך נישט, ווייל די קאפ לויפט מיר אויף צענדליגער זאכן וואס שפילט זיך אפ אונעם פאליטישען פארמעסט.

זארעך, דיין עיקר פוינט וואס די ברענגסט ארויס אז די פארמעסט אונעם היי יעריגן קאמפיין איז פארקירעוועט געווארן פון אישוס און אנשטאט האט עס אריבער געוואנדערט צו א גאר ברייטן פעלד הנקרא "טשעינזש-ערפארונג" איז גאר א שטארקער, עס טוט זיך א ריזיגע מלחמה מי גבר וועלכע באלון האט מער לופט טשעינזש אדער ערפארונג? והאמת ניתן להאמר, אז אמאל איז נישט נאר א פאליטישער פארמעסט געווען איבער אישאס, נאר גאנצעטע פארטייען האבן זיך אויפגעשטעלט צוליב געוויסע אישאס, און זיי האבן ארויס געשטעלט א פלאטפרמע דאס איז אונזער פארטיי און אונזער קאנדידאט, אבער דאס איז שוין לאנג א פארגאנגענהייט און ווי מער די יארן ריקן זיך ווערט עס אלץ מער פארקירעוועט פון דעם עיקר צום טפל און עס איז איבער געבליבן בלויז פאטריאטישקייט פאר א פארטיי, וואס קיינער ווייסט באמת נישט פארוואס ער באלאנגט צו דעם פארטיי, און ביי יעדע וואלן זיכט מען א פרישע נושא-סלאגן וואס דאס זאל הייבן די געמיטער, און ווער עס קען בעסער רעדן, שמייכלן, לאכן, וויינען, לאכן און וויינען צוזאמן, און זיין שענער אנגעטון, ער איז דער זיגער.


און נאך א זאך וואס דארף ארויס געברענגט ווערן אז באמת אין פירן דאס לאנד ווענדט זיך עס אסאך מאל גאר ווייניג אונעם קאנדידאט זעלבסט, האט דען איינער א הוו"א אז עס איז דא א מענטש וואס קען יעדע נושא עד הסוף? גאנצעטע אגענטורן זיצן איבער נאציאנאלע אינטערנאציאנאלע אנגעלעגענהייטן גאר גרויסע קארפן קעפ זענען איינגעשפאנט זיך צו דערגרונטעוון מציאות'ר און מהלכים אויף יעדע ענין, און דא גייט קומען איין שפיץ קאפ און ער גייט זיי אלע איינעמען? אוודאי אז נישט, יעדע פרעזידענט איז ארום גענומען מיט א שטאב פון עקספערטן יעדער אויף זיין נושא און יעדער האט אינטער זיך הינדערטער ארבייטער און לויט זיי באשליסט דער פרעזידענט וואס ער האט צו טון, אוודאי דארף ער נעמען א גיטע שטאב און האבן דעם ריכטיגן שכל הישר און א געוויסע מאס באהאווענטקייט צו קענען מאכן די באשלוסן, אבער ער איז נאר דער וואס מאכט דעם סך הכל.

און אז מ'רעדט שוין יא פון אישוס, איז איטערעסאנט צו רעדן פון דעם קאנווענשן וואס קיינער רעדט נישט, דער קאנטריווערשעל קאנגרעסמאן ראן פאול וואס האט געצויגן צו זיין קאנווענשן איבער 10,000 מענטשען, און דארט איז געווען די איינציגסטע פלאץ ווי מען האט גרעדט איבער אישוס, און איך גיי יעצט עפעס זאגן דא אבער מיט קיין אייער באווארפט מיך נישט, מיינט איר אז דארט האט מען טאקע גערעדט פון אזעלכע צודרייטע נושאים אבסעלוט ניין, מען האט דארט גערעדט פשוטע אישוס וואס אמאל פלעגט דאס זיין די דברים פשוטים ביי אלע רעפאבליקאנער און היינט ווערט עס פארגעסן, די עיקר פאר נושאים איז געווען נידריג טעקס, ווייניגער גאווערמענט, און ארויס פון איראק, נישט דוקא איראק נאר בכללות זיך אפלאזן פון די אלגעמיינע וועלט און שפילן אזא מערכה אזויווי קאנאדע וכדו', און צוליב דעם וואס היינט איז אישוס נישט קיין נושא קוקט אים קיינער נישט אן.

נא בין איך שוין פארפארן צוריק צו מקעין - אבאמא, באמת איז דא נאך א סיבה פארוואס אישוס איז נישט קיין נושא, די גאנצע לאנד איז פארנומען מיט דעם איצטיגן קאמפיין אז עס איז אן היסטארישער קאמפיין צוליב דעם וואס עס איז די ערשטע מאל וואס א שווארצער לויפט פאר פרעזידענט, אונז דא וועל מיר אנצייגן דעם קאמפיין אלץ אן היסטארישער מאמענט צוליב א צווייטער סיבה, איך קען נישט די גאנצע אמעריקאנע היסטאריע אבער אויף וויפיל איך קען יא איז נאך קיינמאל נישט געווען א קאנדידאט וואס זאל אנקומען אזוי הויעך ווי אבאמא, בו בזמן וואס ער האט נישט קיין שום ערפארונג און קיין שום נושא און איבער יעדע נושא ווייסט ער נישט וואס ער וויל אויסער שרייען יעס ווי קען! בו בזמן וואס אקעגן אים שטייט מקעין און קלינטאן ביי די פריימעריס וואס ביידע פון זיי זענען אסאך מער געלונגערע קאנדידאטן מיט א גאר שטארקע עקספיריענס און פארשידענע נושאים וואס דאס איז זייער פלאטפארמע, און דא איז געקומען א רויע איי מיט א בלאסן פארגאנגענהייט און שטייגט איבער קלינטאן אין די פריימעריס און מקעין אין די אנקעטעס, דאס איז א שארקע היסטארישע מאמענט פאר אמעריקא אז די ערשטע מאל אין היסטאריע האבן זיי זיך אריין געשטעקט די קאפ אין סוער וואסער אריין אנשטאט צו טון וואס מען וואלט ווען געדארפט צו טון.

באמת לדעתי האט אבאמא נישט געהאט אין פלאן צו ווערן פרעזידענט און ווען ער איז אריין געטאנצן אונעם פארמעסט אנטקעגן א גאנצע רייע מיט קאנדידאטן יעדער מיט זיין עקספיריענס איז זיין פלאן געווען זיך צו שאפן אביסל פובליסיטי און אפשר עפעס א גוטן זיץ אין א סענאט קאמיטעי אדער און אין א צווייטענס קאנדידאטור, און פערצופאל איז עס אים געלונגן און ער מוז שוין ווייטער לויפן דערמיט.

צוריק צום ענין, דער היסטארישער פאקט האט פארקירעוועט דעם גאנצען פארמעסט אין די וואלקענעס אריין, לאמיר אביסל אריין קלערן איך ווייס נישט וויפיל מ'דארף קלערן אבער לאמיר קלערן, אמעריקא איז א ריזיגע קאמפאני און דאס צו פירן דארף מען האבן עקספיריענס ידיעות אין גאר אסאך נושאים, ווען איר מעלדט זיך פאר א קאמפאני צו ווערן א מענעזשער איז די ערשטע זאך דארפסטו ווייזן דיין בעקראנד אז די טויגסט צו עפעס, און אויב וועט קומען א פשוטער מלמד אין א ריעל עסטעיט קאמפאני איך וויל ווערן מענעזשער, וואס איז דיין עקספיריענס? איך פלעג פירן א כתה אין תלמוד תורה חסד לנוער, ווייסט איר וואס מען ענטפערט אים? גיי צוריק אין חדר אריין, אין הערשט נאכדעם וואס מ'זעט אז איינער האט א געוויסע עקספיריענס קוקט מען אריין אין זיינע פלנער פארן קאמפאני, דא אין אמעריקא איז די זעלבע זאך די ערשטע שאלה איז וואס איז דיין בעקראנד? האסט עפעס עקספיריענס? יא, דיין לאמיר זען דיין פלאטפארמע, און אוודאי ווען א קאנדידאט האט נישט איז דאס די שטערקסטע אישו קעגן אים, ועוד ווען מקעין וויל שוין יא רעדן פון אישוס איז נישט דא מיט וועמן זיך צו טעהנ'ן ווייל דער ענטפער אויף צוריק איז סך הכל טשעינזש! טשעינזש! ווי דאנט וואנט פאר מאר יערס! נו וואס זאל ער טון ווייטער רעדן צום דופן? מיט וועם זאל ער זיך טעהנ'ן?

און דאס וואס די זאגסט אז ביים אויסוועלן די וויצע קאנדידאטן איבערצייגט מען זיך איבער וואס מ'קריגט זיך, דאס איז גאר שטארק אמת ספעציעל ביי פאלין, ווייל ביידן פאר זיך וואלט ווען געווען א קאנדידאט פאר וויצע אן די אלע חשבונות, משא"כ פאלין וואס ווען נישט די אלע חשבונות וואלט זיכער מקעין איר נישט גענומען און דאס איז זיכער געקומען אוועק צו טראסקענן דעם טשעינזש סלאגאן, ווייל אלץ די קאנסערוואטיוון וואלט מען איר נישט געדארפט נעמען, פארדעם וואלט ראמני געווען פונקט אזוי גוט, דאס צייגט גאר שטארק אז מ'שלאגט זיך איבער באלונען.

יעצט אביסלע פראגעס צום אמעריקאנעם פאלק, די דעמאקראטן זאגן אז אויב זיי געוווינען אין נאוועמבער וועט ליבערמאן פליען פאר פאראטן די פארטיי ביל ריטשערדסאן האט נעכטן געזאגט אז ליבערמאנס שריט איז "אלמאסט ווייעלונס", וואס גייט דא פאר? אונז וואוין מיר אין א קאמעניסטישע לאנד ווי מ'טאר נישט גיין קעגן א פארטיי? און אויב יא איז דאס א עולה? דאס מיינט א דעמאקראטישע מדינה ווי אויב איינער גייט קעגן פארטיי הייסט ער א באנדיט? מעג ער שוין טאקע נישט זאגן זיין שטעלונג אז דער קאנדידאט קען נישט פירן דאס לאנד? די ענטפער דערויף איז אז קיינער פרעגט מיך סייווי נישט.
Thu Sep 04, 2008 2:13 pm#8
Re: עדיטאריעל: אבאמא פאלין, אדער ביידן פאלין?
יויש זארעכ ביסטו גוט, וואס דארף איך פאקס ניוס אז דו ביסט דא ?
Thu Sep 04, 2008 6:00 pm#9
Re: עדיטאריעל: אבאמא פאלין, אדער ביידן פאלין?
ראני ביסט גוט אבער למעשה טריי רעדן צום דופן עקומה אפשר דארט וועט דיר איינער אויסהערן
די פארטאמטע אמעריקאנע משוגעים ווילן נישט וויסן פון אמת נאר פון פארטיי וכו' אזוי מ'האט שוין ארויסגעברענגט