פראטעסטן קעגן אכמעדיניזשאד דורך אידיש ארגענעזאציעס
צענדליגער טויזענטער ווערן ערווארטעט צו פראטעסטירן דעם אנקום פון דעם איראנער פרעזידענט מאכמוד אכמעדיניזשאד ביים באשיינען דעם צאמקום פון די UN.
צווישן די ארגענעזאציעס וואס פארופן דעפ פראטעסט זענען דא א צאל אזוי-גערופענע אידישע ארגענעזאציעס, וואס האן זיך געשטעלט אלץ אידישע פארטרעטער.
אין א סטעיטמענט פון איינע פון די ראבייס האט ער געזאגט: אום מאנטאג סעפ. 22 וועט זיין א גרויסע ראלי פארענט פון די UN געביידע אפצושטעלן איראן, אונז וועל מיר שיקן א מעסעזש צו די וועלט אז מען דארף אפשטעלן די נוקלעארע פראגראמאן, אלוועלטליכע טעראריזם, האלעקאסט פארלייקענען, און זיין סטראשע צו עלימינירן אמעריקא און מדינת ישראל.
עס איז גאר וויכטיג פאר אידן ארויס צו קומען און צווינגן די אפאזיציע קעגן אים, אזוי וועט די וועלט זען אז מען מוז אים אפשטעלן, אזוי האט געזאגט א צווייטע ראביי אין א סטעיטמענט.
אידישע קינדער וואס היטן די תורה שטייען ווייט פון אזונע זינלאזע פראוואקאציעס, אפגערעדט וואס דאס טוט גארנישט אויף ברענגט עס גאר א פארקערטע רעאקציע און עס איז די אחריות פון די אלע וואס פירן דאס אן אויף זייער פיקל וועט פאלן די רעזולטאטן פון אזעלכע אקציעס.
אידן אין אלע דורות האבן זיך געבויגן דעם קאפ פאק יעדע גוי אין גאס און ספעציעל א רעגירונג, עס איז שוין העכסט צייט זיך אפצולאזן פון די זינלאזע מערכות און פראוואקאציעס, אידישע קינדער קערטס ענק צוריק צום אלטן אויסגעטרעטענעם וועג פון אונזערע זיידעס.