הויפט זייט » נייעס און באריכטן » די עקאנאמיע צוריק אויפן וועג ארויף

די עקאנאמיע צוריק אויפן וועג ארויף

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #204
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
Fri Sep 19, 2008 5:52 am#1
די עקאנאמיע צוריק אויפן וועג ארויף
היינט פרייטיג האבן די וועלטליכע גלאבאלע מארקעטס געמאלדן שטארקע פארדינסטן וואס קומט דורך וואס בענק אין גאנצע וועלט מורא האבנדיג פאר זייער עקסזיסטענס האבן אריינגעפאמפט ביליאנען דאלארן אין די וועלטליכע עקאנאמיע ווי אויך נאך די נייעס אז די אמעריקאנער רעגירונג האט זיך אונטערגענמען צו נעמען די זאך און די האנט אריין

היינט פרייטיג האבן זיך אלע מארקעטס אויף די וועלט געפנט מיט א באדייטנדע העכערונג אנגעפאנגן פון האנג קאנג יאפאן און טשיינע ביז לאנדאן און רוסלאנד

די וועלטליכע בענק די פעדעראל רעזערוו פון אמעריקע, די אייראפעישע צענטראל באנק, די שווייצע נאציאנאלע באנק, באנק אוו ענגלאנד, באנק אוו קאנאדע און באנק אוו יאפאן האבן אינאיינעם אריינגעפאמפט אין די חרובע עקאנאמיע 250 ביליאן דאלער וואס האט געגעבן א שטארקע שטופ פאר די עקאנאמיע די מערסטע האט געגעבן די אייראפעישע באנק 110 ביליאן דאללער נאכפאלגנדיג ביי יאפאנער באנק מיט 60 ביליאן די אמעריקאנע 55 ביליאן אין די ענגלישע 40 ביליאן די שווייצע 27 ביליאן אין די קאנאדישע 10 ביליאן

די סטאק מארקעט אין ניו יארק האט זיך שוין אנגעזעהן די שטופ דאנערשטיג ווען עס האט זיך פארמאכט מיט 3 פראצענט העכער, אין אפילו אין לאטיין אמעריקע אזוי בראזיל אין ארגענטינע האבן זיך די מארקעטס געהויבן נאך א שווערע וואך

איז דאך דזשאן מקעין געווען גערעכט אז די עקאנאמיע שטייט אויף שטארקע יסודות ווייל ווען די בענק ווילן קענען זיי הייבן די עקאנאמיע...