איז איל איל אדער געזונט?
מען שלאגט זיך שוין חדשים צו די קאמוניסטישע פירער קים יאנג איל איז איל אדער געזונט די אמעריקאנע שפיאנאזש האט שוין עטליכע מאל באריכטעט אז איל ליידט פון ערנסטע געזונט פראבלעמען אין איז לעצטנס דורך א סטראוק עס איז אפילו געווען שמועות אז ער רעכנט זיך שוין נישט צווישן די לעבעדיגע, די שטערקסטע ראי' איז געווען אז ער האט פארפעלט צו ערשיינען ביי א פאראדע וואס איז דורכגעפירט געווארן לעצטנס צו אפצייכענען 60 יאר פון די קאמוניסטישע רעזשים, אבער די נארט קארעאר אפישעלס לייקענען שטיין אין ביין, היינט האט אויפגעשטעלט איינער פון זייערע מיניסטארן און געזאגט אז "עס איז סתם א לשון הרע פון שלעכטע מענטשען וואס פארגינען נישט אז אינזער רעפובליק גייט גוט, זיי ווילן נישט אז עס זאל גיין גוט" אזוי האט היון האק באנג די אויסערן מיניסטער פון נארט קארעא געזאגט א אנדערע מיניסטער האט געזאגט אז איז א קאנספיראציע פון שלעכטע מענטשן.
זעט אויס אז זיי ווילן נאך איינרעדן די גאנצע וועלט אז זייער רעפובליק גייט זיי גוט...
זעט אויס אז זיי ווילן נאך איינרעדן די גאנצע וועלט אז זייער רעפובליק גייט זיי גוט...