הויפט זייט » נייעס און באריכטן » ברעקינג: אולמערט רעזיגנירט!!!

ברעקינג: אולמערט רעזיגנירט!!!

14 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #45
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
Wed Jul 30, 2008 4:04 pm#1
ברעקינג: אולמערט רעזיגנירט!!!
מיט שאנדע אין חרפה גייט דער פרעימער ארויס פון אמט. דער אולמערט דער שייגעץ מטורף וואס האט געדינט אלס פרעימער אינעם טאמא'נעם מדינה.

רבותי די גאולה איז דא!


ליינט דא מער איבער דעם:

http://www.jpost.com/servlet/Satellite?cid=1215331146843&pagename=JPost%2FJPArticle%2FShowFull
Wed Jul 30, 2008 4:07 pm#2
Re: ברעקינג: אולמערט רעזיגנירט!!!
ברוך הטוב והמטיב. וברוך קארנער שמבשרינו בשורות טובות

קען מען זאגן ברוך שעקר עבודה זרה מארצנו.

איך געדענק אזא קארגע צוואנציג יאר צוריק, איז געקומען איינמאל אין ישיבה די פריידיגע בשורה אז דער רשע טמע עוכר ישרא טעדי קאלעק, איז אראפ פון בענקעל, ס'איז געווען לוסטיג און לעבעדיג, האט געזאגט דעמאלט א קלוגער אידל, אמת ס'איז א שמחה, אבער נאר לשעה, ווייסט דער אייבערשטער צי א גרעסערע רשע וועט נישט ארויפקומען אויפן בענקל, וכך הוה, אולמערט טאקע איז ארויפקומען, חילולי שבת האט זיך פארמערט, חינוך על טומאת הטמאה, האט זיך פארמערט, אז טעדי קאלעק איז שוין געווען א פרומער אנטקעגן אים.

לאמיר האפן ס'זאל שוין טאקע זיין די גאולה בב"א
Wed Jul 30, 2008 4:17 pm#3
Re: ברעקינג: אולמערט רעזיגנירט!!!
בעני; הער מיר צו, וואס איך וואלט דיר גע'עצט צו טאן אזא צייט איז אזוי: רוף שנעל אריין אין ישיבה אין מעלד איין אז דער עוכר ישראל האט ריזיינט.

וואסאָסטע דערפון? הער אויס; יאאארן ארום, למשל אזוי 20 יאר ארום, (כאָפאַניש) ווען דיינע קינדער וועלן זיצן אין "היימישע .... " ? וועט יענער נייעס ברענגער אין "הימישע .... " זאגן אזוי: איייייי ווויייי געוואלד; דענק איך נאך ווען מען האט אריינגערופן אין ישיבה פאר 'צוואנציג יאר צוריק' - יא יא, 20 יאר צוריק! אין מען האט געמאלדן דאַמאָלטס אז דער רשע עוכר ישראל - מוסיף מחללי שבתות - מצעד התובעה אין וואס נישט... איז אראפ געוילערט געווארן פון בענקל, געקוילערט? ריזיינט! אייטשש...

קארנער; טעקנס פאר די אפדעט! זאל שוין זיין נתמלא בקשתינו, אין מיר זאלן אויסגעלייזט ווערן פון ווינקעל!
Wed Jul 30, 2008 11:10 pm#6
Re: ברעקינג: אולמערט רעזיגנירט!!!
אלטער

דו מאכסט מיר דא געהעריג שאקלען פאר געלעכטער אינמיטן די דריי וואכן, זאל דאס גערעכנט ווערן פאר ליצנותא דע"ז, וואס דאס איז דאך דער עיקר צוברעכן די בתי ע"ז, און אויפבויען דעם בית המקדש בב"א.

דארפסמאן, זיכער חס ושלום, אלטער האט דאס נישט אויפן מחשבה ארויפגעברענגט... גוט האסט אויפמערקזאם געמאכט, ס'דערקענט זיך ביסט אויפגעצויגן געווארן ביי ריכטיגע סענס סטריט אידן.. אה א פלעזשור...
Thu Jul 31, 2008 3:31 pm#8
Re: ברעקינג: אולמערט רעזיגנירט!!!
בני היכלא כתב:דארפסמאן, זיכער חס ושלום, אלטער האט דאס נישט אויפן מחשבה ארויפגעברענגט... גוט האסט אויפמערקזאם געמאכט, ס'דערקענט זיך ביסט אויפגעצויגן געווארן ביי ריכטיגע סענס סטריט אידן.. אה א פלעזשור...


יא גערעכט,
Thu Jul 31, 2008 5:05 pm#9
Re: ברעקינג: אולמערט רעזיגנירט!!!
בני היכלא כתב:ברוך הטוב והמטיב. וברוך קארנער שמבשרינו בשורות טובות

קען מען זאגן ברוך שעקר עבודה זרה מארצנו.

איך געדענק אזא קארגע צוואנציג יאר צוריק, איז געקומען איינמאל אין ישיבה די פריידיגע בשורה אז דער רשע טמע עוכר ישרא טעדי קאלעק, איז אראפ פון בענקעל, ס'איז געווען לוסטיג און לעבעדיג, האט געזאגט דעמאלט א קלוגער אידל, אמת ס'איז א שמחה, אבער נאר לשעה, ווייסט דער אייבערשטער צי א גרעסערע רשע וועט נישט ארויפקומען אויפן בענקל, וכך הוה, אולמערט טאקע איז ארויפקומען, חילולי שבת האט זיך פארמערט, חינוך על טומאת הטמאה, האט זיך פארמערט, אז טעדי קאלעק איז שוין געווען א פרומער אנטקעגן אים.

לאמיר האפן ס'זאל שוין טאקע זיין די גאולה בב"א


א בפירושע משנה, מברך על הטובה מעין על הרעה, אפילו עס גייט באלד ארויס קומען א שלעכטע זאך, דאך אבער ווי באלד יעצט איז גוט מאכט מען הטוב והמיטב.

די משל פון די גמרא איז, אויב איינער טרעפט א מציאה, וואס איז זיינס מאכט ער הטוב והמיטב, אפילו דער קעניג קען עס צונעמען אויב ווערט ער געוואויר אז ער האט עפעס געטראפן, דאך מאכט ער יעצט הטוב והמיטב.
Thu Jul 31, 2008 6:02 pm#12
Re: ברעקינג: אולמערט רעזיגנירט!!!
איך מיין צו זאגן אזוי.

די משנה רעדט אין א פאל וואס יעצט איז עס גוט, נאר די דאגה איז אז שפעטער נישט.

דא אבער, קען מען אפשר זאגן, איז דאך יעצט אויך ביטער, ווייל א רשע קומט דאך זיכער אריין, די שאלה איז נאר צי ער איז א גרעסערער רשע אדער קלענער, או דילמא כלך לאידך גיסא, אויב איז ער א קלענערער רשע, איז דאך יא עטוואס בעסער געווארן, און מ'קען נאך טענה'ן מער, אז אין די צייט וואס איז בין גברא לגברא, און ס'איז נישטא קיינער וואס איז אין אמט, איז דאך זיכער גוט???? איז עס דען גוט? אוי דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן, אויף אלע גלות אידן בפרט די ארץ ישראל פאר'גלות'טע אידן.

אבער, אין אמת'ן אריין, חייב אדם לברך על הרעה כשם שמברך על הטוב, נו אויב אזוי קען מען זאגן אז מ'דארף מברך זיין, ? חס ושלום, אזא רעה רעדט מען דאך זיכער נישט, דאס איז דאך עכט רע, נישט רע המדומה, נאר משנאיך ה' אשנא, און באבוד רשעים רנה.. אלא מאי, זעט אויס די משנה רעדט נישט פון אזא אופן, וצ"ע למעשה..
Fri Aug 01, 2008 5:38 am#13
Re: ברעקינג: אולמערט רעזיגנירט!!!
גוט אז ער איז געגאנגען
וואס עס וועט זיין דארף מען זיך נישט זארגען
די וועלט האט א פירער
אין אז מען וועט תשובה טהון פרייליכערהייט
וועט די נעקסטע קעניג זיין משיח בן דויד
Fri Aug 01, 2008 10:45 am#14
Re: ברעקינג: אולמערט רעזיגנירט!!!
נו אז יעדער זאגט עפעס קען איך זיך נישט האלטן שטיל....

געוווען אמאל א צייט וואס עס האט געהערשט א לאנד וואס האט זיך גערופן מדינת ישראל, דארט האט גהערשט א רעגירונג אינטער די פירערשאפט פון אריאל שרון, איין טאג איז ער שטערבליך קראנק געווארן ער האט געכאפט א סטרוק, ס'האט גהערשט א גרויס טרויער אין די לאגערען פון זיינע אנהענגער וואס גייט דא זיין האט יעדער געפרעגט מיט טרויעריגע בליקן, אבער נישט צו ווייט אוועק אינגאנצען איין גאס אהינציר האט מען געטיילט לחיים אין ביהמ"ד, וואס איז די שמחה היינט? זענען אלע בליקן געוואנדן צום פנים פונעם שמש, וואס הייסט עטץ ווייסט נישט? דער רשע איז קראנק ער איז אראפ פון בענקל, אן זאגן די נאמען האט יעדער שוין געוויסט פון וועמען ס'רעדט זיך דא, אין אלע אין אייין כאר האבן געגעבן א געשריי ברוך שעקר עבודה זרה מארצינו!!!.......

אזוי וועט זיך ליינען א ביך גאר בקרוב.

מיינע אייניקלעך ליינענדיג דעם ביך זענען צוגעקומען צו מיר, זיידעניו, אפשר דערציילסטו אינז עפעס איבער יענע צייטן? טייערע אייניקלעך הערט מיר אויס....

אין יענע צייטן האב איך געארבייט אין א פלאץ ווי עס האבן געארבייט אידן, אבער ליידער פארכאפט מיט דיעות כוזבות, זיי זענען באמת געווען זייער צוטראגן איבער וואס די לאנד מאכט מיט, געוויסט האבן זיי אז אין איין דיעה מיט זיי בין איך נישט, קומט צו איינער צו מיר אין זאגט מיר מיט א ביטערן שמייכל, הע! יאר העפי! הא! שרון איז סיק, האב איך אים געזאגט מיט מיין פערפעקטן ענגליש, וואט איז עי דיפרענס פאר מי איף איטס שארון אר סאמבאדי עלס דעי אר אלל בעד, מיי פראבלעם איז נאט שארון מיי פראבלעם איז די האל לענד, גלייבטס מיר איך בין שיעור נישט אנגעשלינגן געווארן פון זיינע דראענדיגע בליקן.

אין באמת איז מיר דאס טאקע שווער געווען וואס איז די שמחה, אין אויב סיז דא טורם לימיטס אין ער ווערט אויס פרעימער וועל איך מיך אויך פרייען?

אבער דא ליגט א שטיקל קלער וואס איז א דבר פשוט, אבער דבר בעתו עס ארויף צו שרייבן אויף פאפיר.

ווען עס שטייט אן עבודה זרה מיט איר טרייפענעם פאן וואס שרייט אויס יעדן טאג מרידה במלכות שמים אונז ווארף מיר אראפ דעם עול הגלות פון אונז, אין ערליכע אידן שטייען אין בלוטיגען אין שרייען מי לה' אלי, ווען דער עבודה זרה כאפט א קלאפ ס'פאלט אים אראפ א האנט צו א פיס איז עס א שמחה פאר דעם אייבירשטענס לאגער דער עבודה זרה האט געכאפט א שנעלקע אין נאז, עס איז טאקע נישט אונטער געגאנגען, אבער אלץ מיין שונא נאמבער איינס פריי איך מיך ווען ער האט א דורכפאל.

ווען א פרעימער גייט אראפ פון בענעקל אלץ טורם לימיטס וכדו', איז טאקע אלעס תמידין כסדרן עס איז נישט קיין שום שמחה פאר אונז, אבער ווען עס קומט צוזאמען מיט א שנעלקע דער לאנד האט געכאפט א קלאפ, דער פרעימער איז קראנק, אדער ער דארף זיך אפזאגן פון אמט צוליב סקאנדאלן, דארף מיר אונז זיך פרייען הודו לה כי טוב יענע זייט האט געכאפט א קלאפ.

אין דאס איז די שמחה וואס אונז דארף מיר זיך יעצט פרייען, די לאנד איז צורודערט די פרעימער שטייט אונטער סקאנדאלן אה! די עבודה זרה האט זיך צובלוטיגט, סיז אים אראפ געפאלן א האנט, אין טאקע פאר די זעלבע סיבה אויף וואס יענער איז טרויעריג, איי איי איי! מיין לאנד פארט אויף רעדער, פאר די זעלבע סיבה דארף מיר אונז זיך פרייען.

זאל דער רבוש"ע העלפען עס זאל שוין בטל ווערן די מלכות המינות בקרוב בימינו ונזכה לקבל פני משיח צדקינו.