הויפט זייט » דאס היימיש ווינקעלע-יושבי קרנות » סתם צו הערן און רעדן, ווערטער שווענדן,

סתם צו הערן און רעדן, ווערטער שווענדן,

11 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #46
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
Wed Jul 30, 2008 4:11 pm#1
סתם צו הערן און רעדן, ווערטער שווענדן,
סתם צו רעדן, ווערטער שווענדן, להיות: זאל זיין א אשכול ווי מען זאל זיך קענען אויסגיסן די פארזויערטע שעות אינמיטן טאג וואס לאזט נישט דעם זייגער גיין איר ריכטונג.
אזוי קוקענדיג אויפן זייגער אז ער האט זיך נאר גערוקט מיט א געציילטע פאר מינוט, האבן מיר באשאלסן עס צו מעלדן דא, אין פון דא אין ווייטער וועט זייט השלם השעות...

גייטס ווייטער,
Wed Jul 30, 2008 4:28 pm#2
Re: סתם צו הערן און רעדן, ווערטער שווענדן,
און צום זייגער וועל איך יעצט איינמאל פאר אלעמען רעדן שווערע רייד, בלשון דיבור און נישט בלשון אמירה..


הערט מיך אויס הרב זייגער שיחי'

איר זענט ביי מיר זייער טייער איך האב מיך געלאזט פאר אייך קאסטן א טייערע פרייז, דער צירונג הענדלער האט ארויסגעריקט אפאר שיינע מאות'לעך אויף דיין חשבון, אלעס ווייל איך האב אין אייך געהאט טראסט, אז איר וועט מיר שיין באדינען און טאן מיין ווילן..

אזוי ווי איך האב אבער איינגעזען, אז לא, דאס טייטשט ניין.... איר האלט ביי גארנישט, קוים קוים, איר גיבט זיך א רוק צו מערב צו... ווי א שיינער איד האלט איר זיך ביים מזרח זייט, און קאלאבערירט נאך גאר מיטן זון, וואס פונקט ווי דער זייגער, שטייט זי ווי א כלה ביים שבע ברכות וואס האלט נישט ביים אויפגעבן און זיך אוועקריקן, וועלנדיג אויסנוצן די טייערע מאמענטן, און ווי מער אריינכאפן...

וויסן זאלסטו זייגער מיינער, מיר פארשטייען אייערע תאוות גוט, איר ווילט אין אייער לעבן אריינכאפן ווי מער צייט ווען איר שטייט און רוקט זיך, און איר האט מורא אז ווי שנעלער דאס וועט גיין, וועט איר אלצדינג אנווערן, און דערפאר פירט איר זיך אזוי אויף

אזוי ווי די צדיקים הקדושים זאגן דאך א שיינער מוסר, אז ס'איז געווען א קעניג וואס פלעגט זייער וועניג שלאפן, נארמאל ווייס מיר דאך פון די משנה אנהייב ברכות, אז די מלכים שלאפן אריין אין טאג אריין, און דאס איז די שינה של שחרית שמוציאין מן העולם, אבער יענער מלך איז קוים עפעס געשלאפן, לשאלת בני מלכותו, למה? האט ער געענטפערט אז ער וויל פשוט נישט פארשלאפן די מלוכה, ענליך ווערט דערציילט אויף ר' שאול וואהל דער מלך פון פוילן אויף איין נאכט.

פירן זיי אויס, אז אזוי ברויך יעדער איד, צו לעבן און צו שטרעבן, אז ס'איז א שאד יעדער מינוט וואס מ'פארפאטשקעט פון צו לעבן אלס אתם תהי' לי ממלכת כהנים וגוי קדוש, כי עם סגולה אתם לה' אלקיכם ובך בחר, אך באבותיך חשק ה'... איי בני בכורי ישראל,.... כל ישראל בני מלכים זאגט ר' עקיבא אין במה אשה.. .

לענינינו, זייגער'ל לעבן, דאס אלעס איז פיין און וואויל, אבער לא לכך נוצרת... נישט פאר אטא דאס זענט איר באשאפן געווארן און צוזאמגעשמאלצן געווארן, נאר פאר דעם איינעם תפקיד, אז איר זאלט זיך רוקן און רוקן אן א סוף, און טאקע נישט פאוואליע, נאר פאדאליע.

און אז נישט!!! אויב חלילה, וועט דאס אזוי אנהאלטן און איר וועט ווייטער שפילן דאס שפיל'כל פון א באגילדעטער עושר'ס א קינד, וואס איז מפונק בכל מיני מעדנים, דאן זאלט איר וויסן, אז מ'עט אייך די בגדים אויסטון, און איר וועט בלייבן א פראסטער זייגער מיט אפאר ראדלעך, ערום ויחף... אז איר וועט שוין דאן כאפן דעם רמז'ל, און האפנטליך אזוי ווערן א מענטש...

ווי עס רעדט צו אייך, אייער אויבערהאר, פון די אויבערשטע שיכט קלאס... פייטל דער אויבערמאן.
Thu Jul 31, 2008 4:48 pm#3
Re: סתם צו הערן און רעדן, ווערטער שווענדן,
זייגער איך האף האסט פארשטאנען, אקעי?

ער פאלגט נישט, שוין קומט ער מיר זאגן אז מיין לאנטש ברעיק איז פארטיג, ביזט א מבין אויפ'ן זייגער?!

בני היכלא, דו גיסט גוטע יסודות, קיפ אן.
Mon Aug 04, 2008 2:19 pm#5
Re: סתם צו הערן און רעדן, ווערטער שווענדן,
נו, אז איר זאגט 'בסייעתא דשמיא' "להיות", דאן ערלויב איך זיך שוין צו גיין א טריטקעלע ווייטער - "להיות כל איש". אז ס'זאל זיין, זאל שוין יעדער זיין "כל איש" - אלע מענטשן.

צי כ'בין א מענטש צי נישט, ווייס איך דאך נישט. אבער דעם קלארן פסק הלכה פון "להיות כל" וועל איך מקיים זיין ווי די הלכה פארלאנגט.

בני היכלא, א שיינע סטראשע פאר דיין שיינעם טאשן זייגער. יע, יע, דו שטייסט און דו ווארנסט אים. דו רעדסט צו אים. ביסט אים מסביר. גוט, גוט, אבער אז דו רעדסט שוין יא צו אים פארוואס ווילסטו ער זאל לויפן שנעלער און שנעלער? ביסטו נארמאל? במקום וואס איך וואלט פארלאנגט פון אים ער זאל זיך גאר דרייען אויף צוריק-וועגס, קומסטו מיר נאך אנדרייען א מעשה ער זאל מיר גלאפירן מיט א שנעלקייט פון 120 יאר פער שעה???

לאז אים במנוחה על מקומו. ער לויפט מיר ליידער גענוג שנעל אזוי אויך...

און נאדער א אויסגיס וואס איך האב געהאט מיט דעם פערשוין א יאר צוויי צוריק.
*

אגב, דיין שמירה משל ווערט נאכגעזאגט, דאכט זיך, פון צאנזער רב בנוגע שלאפן אום שבת. ווי קען א 'שומר שבת' זיך אראפ לייגן שלאפן אום שבת קודש, ער איז דאך א פושע אין די שמירה?...
Thu Aug 14, 2008 12:48 pm#6
Re: סתם צו הערן און רעדן, ווערטער שווענדן,
איך האב עטליכע ווערטער צו פארשווענדן, אטא דא האסטו, נאדיר.
Thu Aug 14, 2008 2:56 pm#7
Re: סתם צו הערן און רעדן, ווערטער שווענדן,
בני היכלא, איך בין גערן גרייט איבערצונעמען אפאר איבריגע מינוטן פון דיר, איך נוטיג מיר אביסל דערין.
Thu Aug 14, 2008 3:09 pm#8
Re: סתם צו הערן און רעדן, ווערטער שווענדן,
זרח

אזוי ווי ס'קומט דאך די טעג פון כאמישאסער ממשמשים ובאים, במילא, דארף מען דאך מקיים זיין דעם מאן דיסף, ברויך מען דאך צו האבן מער צייט? נישט אזוי, דאן ביסטו דאך גערעכט, ווידער בשעת איך האב עס געשריבן איז נאך געווען א בחינה פון ממעטין, מ'האט געדארפט ממעט זיין דעמאלט, ס'איז נאך געווען דער צירוף פון דער שם הוי' למפרע... דינים וצמצום פון זמן....
Sun Aug 24, 2008 11:24 pm#9
Re: סתם צו הערן און רעדן, ווערטער שווענדן,
סתם צו הערן און רעדן, ווערטער שווענדן.

כדי לקיים מה שנאמר......... העמיר אויך דא אפאר ווערטער שווענדן.
Mon Aug 25, 2008 11:38 am#10
Re: סתם צו הערן און רעדן, ווערטער שווענדן,
זיף איך מיר דא אזוי אין קרן הווינקל.........אויף דרומית צפונית........די שטערן פארקנייטשט, די קעפלע ארונטער געווארפן אויף הינטערוויילעכץ מיט מחשבות וואס דריקן מיר שוין א לענגערע צייט..................

שמועס איך מיר אזוי אויס צו מיר.....ראני ראני הערסט מיך אויס.........? די אויערן בייג איך צו צי הערן אן ענטפער, אבער ער קלאפט מיר צוריק אונעם ליידיגן חלל ווי א ווידער קול אינעם וויסטן מדבר, ראני ראני הערסט מיך אויס.........? שפרינגט דער קול כסדר צוריק צו מיר, און ער ווערט שטילער און שטילער ביז מ'הערט שוין גארנישט נאר די פייפערייען פון אפאר פארציקענדע וועלף...............................

א טויט שרעק האט מיר אנגעכאפט ווי זע איך מיר ארויס פון דעם ליידיגן פלאץ..........................??? פיל מיט שלענג און עקדיסן.......די לעפצען הייבט מיר אן דורשטן נאך א טראפעלע וואסער אוי! רבוש"ע ראטעווע מיך ארויס פון דא! הערט זיך צו מיר א געשריי.............

א שרעק געמישט מיט שמחה האט מיר אנגעכאפט א ב"ה נאך א באשעפעניש געפינט זיך דא מיט מיר..............מיינע אויגן וואנדערן ארום יענעם צו טרעפן, ביז רעאליטעט האט מיר צוריק געקלאפט ניי ראני דאס איז דיין אייגענע קול געווען.............

פון גרויס שרעק האט זיך ראני צוריק אויפגעכאפט און געזען ער געפונט זיך אין, סתם צו הערן און רעדן, ווערטער שווענדן..........................