הויפט זייט » דאס היימיש ווינקעלע-יושבי קרנות » נע... פייטל-חייקל; ס'קלעבט עפעס נישט.

נע... פייטל-חייקל; ס'קלעבט עפעס נישט.

8 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #47
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
Wed Jul 30, 2008 4:15 pm#1
נע... פייטל-חייקל; ס'קלעבט עפעס נישט.
זע איך דאך אז דעם קלויז האט מען א נאמען געגעבן נאך די צוויי אלטע חשובע פרנסים פון דערפל, זכר פרנסתם לברכה. א שיינע זאך, אבער ס'עפעס ס'קלעבט זיך נישט, ס'זאגט זיך עפעס נישט. האט איינער אפשר א בעסערע הצעה?

יא, ס'זאל פארבלייבן דאס ווארט 'קלויז' אינעם קעפל, דאס געפעלט מיר גראדע זייער זייער שטארק. סממש ווי געגאסן פאסיג לענין, אבער דער שמעלץ איז עפעס נישט.

נו, רבותי עפעס א גוטע הצעה.
Wed Jul 30, 2008 4:17 pm#2
Re: נע... פייטל-חייקל; ס'קלעבט עפעס נישט.
זארעך

בשעת'ן באשאפן האט מיר טאקע דאס געבאדערט אויפן מאמענט, ס'קלעפט נישט..

אבער דאס איז אזוי אויף ביזדערווייל

אדרבה,, טרעף עפעס אויס..

אפשר

דער קלויז ביים ווינקעל?
Sun Aug 03, 2008 3:21 pm#5
Re: נע... פייטל-חייקל; ס'קלעבט עפעס נישט.
ראנאלד

ווען זארעך זאגט עפעס איז עס געזאגט, ס'קען זיך אמאל פארשלעפן כמעשה הרבי'ס, אבער צום סוף וועט עס אנקומען.

או יאמר, בדרך בדיחותא, אז אפשר איז ער נאך נישט געשלאפן קיין איין נאכט זינט דאן, מגודל צער חורבן בית המקדש, לאזט אים עס נישט שלאפן, כידוע המעשה מהטריסקער מגיד ששמע אנקתו של משיח, צווייטנס, אז ער האט דאך אויך געשטעלט א תנאי, צוויי דריי שמונה עשרה'ס, ני אפשר .מממממ.. ח"ו אבער, מיר ווייסן דאך אז רשב"י חביריו פטורין מהכל, שתורתן אומנתן, וחוץ מזה, העוסקים בצרכי ציבור זענען דאך אויך פטור, עכ"פ ווילאנג מיר ווייסן נישט, ווייסן מיר נישט, לאמיר עס לאזן אויף די חזקה אז ס'ליגט אין גוטע הענט, און אין גוטע אידישע קעפ...
Mon Aug 04, 2008 2:44 pm#6
Re: נע... פייטל-חייקל; ס'קלעבט עפעס נישט.
נעכטן, גראדע נישט ביי שמונה עשרה, איז מיר איינגעפאלן אז ס'זאל בלייבן בלויז "היימישע קלויז", אנעם 'דער'. ס'קלאפט עפעס גאנץ פיין. אזוי מיין איך.

איבער מיינע שלאפלאזע נעכט... אוי, ביטע, ברענגט מיר נישט ארויף די נאכט שמערצן אינמיטן אזא זיסע פארברענג דא אינעם ווינקל. פארגינט איר מיר שוין נישט די טאג פארברענג רואיגקייט אזש איר מוזט מיר דערמאנען די שלאפלאזע נעכט?... טוט דאס נישט צו מיר.