דער "טענה'ן אשכול"

50 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

57 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 192 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #55
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
Thu Jul 31, 2008 11:09 am#3
Re: דער "טענה'ן אשכול"
קודם ר' לאקשען שלום עליכם אייך, וויאזוי שפירט איר זיך? אלעס איז בסדר? ב"ה.

לגבי דיין טענה "א טיש האט פיר פיס" הייבט זיך נישט אן, א טיש האט בכלל נישט קיין פיס, אז מ'לייגט ארויף האט ער.
ביי אונז אין דערפל פלעגט זיך דען א טיש האלטן אויף פיס? די טיש פלעגט זיך האלטן אויף די באנק, די באנק אויף די וואנט, און די וואנט אויף ניסים, געב נאר א פרעג ר' פייטל מיט די גראבע צולאטעטע פויערישע הויזן ביזן הארץ, ער העט דיר שוין דערציילן וואס אין דארף האט זיך אפגעטון.
Thu Jul 31, 2008 11:26 am#4
Re: דער "טענה'ן אשכול"
ערעב גשם
וואס דרייסטו א קאף?
ער זאגט פיר פיס איז פיר פיס!
Thu Jul 31, 2008 11:40 am#5
Re: דער "טענה'ן אשכול"
בד"וו מיין טיש האלט זיך אויף א שתים שהן פיר, אופן אויבערשטען חלק איז ער צוויי, דאן קומט ארויס אויף יעדען זויל צוויי פערשטען פון הינטען.
Thu Jul 31, 2008 12:11 pm#6
Re: דער "טענה'ן אשכול"
דו קומסט מיט לאקשען תורות, ווען מערעדט דא פון א טיש געמאכט פון ברעט!
Thu Jul 31, 2008 12:16 pm#7
Re: דער "טענה'ן אשכול"
די טיש פון ברעט איז געווארן בא'רעיגנ'ט, אין סאט אנגעהויבן שימלען.

גענאר א קוק דארט אויבן אויף די רעכטע זייט! די ווינקל האט א טיש פון צוויי פיסלעך, נא ווער איז גערעכט?!
Thu Jul 31, 2008 1:37 pm#8
Re: דער "טענה'ן אשכול"
איך בין גערעכט!
גענאר א קוק מיין ערשטע תגובה און דעם אשכול Laughing
Thu Jul 31, 2008 2:01 pm#9
Re: דער "טענה'ן אשכול"
איך ווייס נישט וואס די רעדסט, ביי אינץ אין ישיבה האט מען ארויף געלייגט א ברעט אויף א מילך קעסטל, עס האט נאר געהאט איין פיס

נישט קיין צווי נישט קיין דריי און נישט קיין פיר
Sun Aug 03, 2008 8:07 am#18
Re: דער "טענה'ן אשכול"
רבותי די גאנצע זאך הייבט זיך נישט אן מיין טיש איז פינף פיס לאנג
נישט פיר אדער איינס צוויי אין דריי ווי די אנדערע האבן געוואלט זאגן
Mon Aug 04, 2008 2:04 pm#19
Re: דער "טענה'ן אשכול"
פויער, גענוג געווען מיט די טיש, הייב אן צו שרייבן וועגן בענקלעך.
Mon Aug 04, 2008 3:59 pm#25
Re: דער "טענה'ן אשכול"
וועלעכע שענק, שרייב ארויס פרטים, ספרים שענק ? טשיינע שענק ? א ברוינפן שענק ?
לאמיך נישט הענגן מיט די ציצית אינדרויסן.
Thu Oct 30, 2008 10:17 am#39
Re: דער "טענה'ן אשכול"
האקן אין טשייניק אנשטאטס א וועקער זייגער ? איך האלט נישט דערפון.
בלאט: 1 2